וואָס אַן אמת האָב איך דאָס יאָר אַ מיטעלן ייִדיש־קלאַס, וואָלט איך עס געוווּנטשן אויף אַלע ייִדישע לערער איבער דער וועלט. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען מסוגל צו פֿירן אַ לײַכטן שמועס אויף ייִדיש, און אַז עס פֿעלט זיי אַ וואָרט, זוכן זיי עס אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, אָדער איינער העלפֿט דעם אַנדערן אין אַ נויט, מיט היימאַרבעטן וואָס איך פֿאַרגיב, גלוסט זיך מיר אויפֿצוהײַטערן זייער וואָקאַבולאַר און זייער ייִדישן הומאָר און חכמה. האָב איך אַרויסגעגעבן אַזאַ מין שטיקל אַרבעט צו טאָן אין דער היים, ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע: "ווען איר וואָלט געהאַט אַן אויסוואַל, אין וועלכן דור וואָלט איר געוואָלט געבוירן ווערן?"
נו, נו! כ׳האָב צו מאָל נישט געחלומט, אַז מ׳וועט מיר דערלאַנגען ענטפֿערס, וועלכע איך האָב זיך אויף זיי גאָרנישט געריכט. די מעשׂה איז אַזאַ, איך האָב אַ בחור, אַ פֿרומען דווקא. אָבער זײַן פֿרומקייט איז אַזוי קונציק, אַז מ׳קען זיך נאָר כאַפּן וווּ ער האַלט ווען ער שרײַבט אָדער האַלט אַ שטיקל מיינונגס־אויסטויש אויף ייִדיש, הייסט עס. איך וועל נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, ווײַל ער איז אַ תּושבֿ אין אַ פֿרום קליין שטעטל, פֿירט דאָרט אַן איינזײַטיק לעבן, און ווען ער איז אין קלאַס, וועקן זיך בײַ אים איבער די ספֿקות אין אַלעם געטלעכן. אויף דער פֿראַגע — אין וועלכער תּקופֿה, אָדער דור, ער וואָלט געוואָלט געבוירן ווערן, שרײַבט ער:
"די גמרא זאָגט דאָך אונדז שוין אָן, אַז אויף אַן אמת געזאָגט, איז פֿאַר אַ מענטש בעסער נישט געבוירן ווערן בכלל. אָבער אויב איך וואָלט ווען געבוירן געוואָרן, אַ בחירה צו זיך אויסקלײַבן אַן אַנדער דור. וועלכן דור וואָלט איך אויסגעקליבן? משה רבנוס דור וואָלט איך זיכער נישט אויסגעקליבן. ווער וויל דאָס דען זיך אַרומשלעפּן אין גיהנום־מידבר פֿערציק יאָר? ווײַטער, יהושועס צײַטן איז דאָך געווען פֿול מיט מלחמות. איך דאַרף שלום, וואָלט איך עס אויך נישט אויסגעקליבן. ווײַטער גערעדט אין די צײַטן פֿון בית־ראשון געפֿעלט מיר אויך נישט. איך וויל זאָגן פֿאַרוואָס. שטעלט אײַך פֿאָר אַ לעבן וואָס אַ גאַנצן טאָג פֿאַרברענגט מען אין פּאַשען שאָף אָדער שנײַדן ווייץ אונטער דער ברענענדיקער זון. בײַ נאַכט, ווען מען קומט אַהיים, גייט מען אין שול הערן אַ בעל־דרשן. מען עסט וועטשערע צום צאַנקענדיקן שײַן פֿון אַ האַלב אויסגעלאָשענער ליכט. נישט קיין "עירקאָנדישן", טעלעוויזיע, אָדער פֿילמען. די גאַנצע פֿרייד אין לעבן באַשטייט פֿון אַ ביסל שוואַרצע ברויט מיט ציבעלעס, און אַ זון אָדער טאָכטער וואָס האָט די זעלבע אומגליקלעכע לעבן. מוחל דעם בית־המיקדש.
"איך וואָלט זיכער ניט געוואָלט געבוירן ווערן פֿאַר דער דערפֿינדונג פֿון עלעקטראָציטעט, אויף אַן אמת געזאָגט איז נאָך נישט געווען קיין בעסערע צײַט צו זײַן אַ ייִד וווּ אין אַמעריקע, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, נאָך מער, אַז איך וואָלט געבוירן געוואָרן מיט צען יאָר פֿריִער, וואָלט איך מסתּמא אין קאַלעדזש קיין מאָל נישט געגאַנגען. ווער האָט דאָס דען געהערט אַזאַ זאַך, אַז אַ חסידישער בחור זאָל זיך אויפֿכאַפּן און גיין שטודירן? הײַנט אָבער, כאָטש עס איז נישט זייער פּאָפּולער איז שוין דאָ אַ סך חסידים וואָס גייען שטודירן. עס קען גאָר געמאָלט זײַן, אַז עס קומען בעסערע צײַטן אָבער ווי מײַן באָבע פֿלעגט זאָגן, "בעסער איין פֿויגל אין האַנט, ווי צוויי אויפֿן דאַך. איז מוחל אײַך די בחירה, איך בין גליקלעך וווּ איך בין."
אַן אַנדער בחורעץ, אַן אויסנאַם פֿון אַ בחור. הויך, שיין און געראָטן אויף אַלע נאָטן, און דווקא נישט קיין פֿרומער, איז אַ געבוירענער אין מדינת־ישׂראל, האָט זיך גענומען פֿאַרדינען געלט פֿון "קאַראַטע פֿאַר יונגינקע ייִדישע קינדערלעך." דער פּלאַקאַט וואָס באַצירט מײַן קאַבינעט אין קאָלומביע, זעט מען אַ ייִנגעלע מיט פּאהלעך מיט אַ קאַפּעלע, אָנגעטאָן אינעם קאָסטיום פֿון קאַראַטע. און אויפֿן פּלאַקאַט שטייט געשריבן מיט גרויסע ייִדישע אותיות "קאַראַטע פֿאַר ייִדישע קינדער." ער פֿאַרזיכערט מיר, אַז מיטן מאָמענט וואָס עלטערן דערזעען ייִדישע אותיות וועלן זייערע קינדער שטראָמען צו אים לערנען זיך קאַראַטע.
איין תּלמידה הייסט שפּרינצע, און זי איז זייער שטאָלץ מיט איר ייִדישן נאָמען. דער אמת איז, אַז בײַ מיר אין קלאַס פֿאַרמאָגן אַלע סטודענטן ייִדישע נעמען. אַזוי אַז ווען ס׳האָט זיך באַוויזן אין אָנהייבער־ייִדיש־קלאַס אַ בחור פֿון סערביע מיטן נאָמען פּעטער, איז ער בײַ מיר געוואָרן איינס און צוויי פּינחס. איך האָב אים געפֿרעגט ווי קומט עס עפּעס אַז ער וויל קענען ייִדיש? דערציילט ער מיר, אַז בײַ זיי אין סערביע האָבן די עלטערן אַ ביבליאָטעק, און צווישן די ביכער האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין יצחק באַשעוויס־זינגערס ווערק אין סערבישער איבערזעצונג. מיטן מאָמענט וואָס ער האָט איבערגעלייענט זײַנע ביכער האָט ער געוווּסט, אַז ער מוז קענען ייִדיש, און באַקענען זיך מיט דער וועלט פֿונעם נאָבעל־פּרעמירטן שרײַבער. הײַנט זאָגט ער מיר, אַז זײַן נאָמען איז באמת צבֿי, ווײַל זײַן פֿאַמיליען־נאָמען הייבט זיך אָן מיט צבֿי.
"טאַד" איז אַ האַלבער ייִד, און בײַ מיר הייסט ער יצחק. אַמאָליקע סטודענטקעס וואָס האָבן געלערנט בײַ מיר מיט אַזעלכע נעמען ווי קאָרנעליאַ, איז זי באַלד פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קריינדל. קריסטינאַ אין קיילע און ברוק האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ברכה. די פֿרייד איז בײַ די נישט־ייִדישע סטודענטן גרויס ווען עס קומט צו זייערע ייִדישע נעמען. קריינדל איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט, ברכה האַלט בײַ ווערן אַן אַדוואָקאַט; אויף בליצפּאָסט (E-mail) שרײַבט זי זיך אונטער ביזן הײַנטיקן טאָג — ברכה.
איז וווּ האַלטן מיר? בײַ דער היימאַרבעט וואָס זאָל אינספּירירן און נישט גלאַט זײַן אַן אָפּקומעניש. לעצטנס נעם איך, און פֿאַרשפּרייט אַ זײַטל מיט געוויסע פֿראַגעס אויף וועלכע זיי דאַרפֿן ענטפֿערן אין דער היים. האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט צו טיילן זיך מיט אײַך מיט די ענטפֿערס פֿון מײַנער אַ סטודענטקע פֿון מיטעלן ייִדיש־קלאַס, ווײַל ס׳איז פֿול מיט הומאָר. זי הייסט גילה נאָוויק, אַ סימפּאַטיש מיידל, קען שוין אַ פֿײַנעם ייִדיש, שרײַבן און לייענען און רעדט. און ווען איך האָב אַ קוק געטאָן אויף איר היימאַרבעט, האָב איך זיך צעלאַכט און אויך שטאַרק הנאה געהאַט. די ערשטע פֿראַגע איז געווען: וואָס איז דער אונטערשייד צווישן ייִדיש און ענגליש, און אָט וואָס זי האָט געענטפֿערט:
"דער אונטערשייד צווישן ייִדיש און ענגליש איז, די ייִדן רעדן מיט אַ געמיש פֿון ענגליש און לאַכן מיט ייִדיש."
די צווייטע פֿראַגע איז געווען: וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ הויז און אַ היים?
איר ענטפֿער:
"דער אונטערשייד צווישן אַ הויז און אַ היים איז, מען לערנט אין אַ הויז אָבער מען האָט ליב די היים."
די דריטע פֿראַגע איז: איך זע די וועלט מיט ייִדישע אויגן...
איר ענטפֿער איז:
"איך זע די וועלט מיט ייִדישע אויגן ווײַל די ייִדישע ברילן זײַנען געווען אויספֿאַרקויפֿט אין קראָם."
די פֿערטע פֿראַגע איז: ווען איך קוק אין שפּיגל וואָס זע איך, און ווען איך קוק אין פֿענצטער, וואָס זע איך?
איר ענטפֿער איז:
"ווען איך קוק אַרײַן אין שפּיגל זע איך זיך אַרונטער אַנשטאָט פֿאָרויס. (זי מיינט דערמיט צו זאָגן, אַז זי זעט זיך פֿון הינטן אַנשטאָט פֿון פֿאָרנט) און ווען איך קוק אין פֿענצטער זע איך מער פֿענצטער."
די פֿינפֿטע פֿראַגע:
אין דער פֿרי טראַכט איך אַז... איר ענטפֿער איז:
"אין דער פֿרי טראַכט איך, אַז די חלומות זײַנען אמת און די וועלט איז פֿול מיט חלומות."
די זעקסטע פֿראַגע איז:
אין ישׂראל וועט זײַן שלום, ווען? איר ענטפֿער:
"אין ישׂראל וועט זײַן שלום ווען די חזירים פֿליִען און די חסידים עסן זיי."
די זיבעטע פֿראַגע איז:
די וועלט איז משוגע ווײַל... איר ענטפֿער איז:
"די וועלט איז משוגע ווײַל גאָט האָט אַ ייִדישע מאַמע."
די אַכטע פֿראַגע איז:
ייִדיש איז אַ ייִדישע שפּראַך, ווײַל... איר ענטפֿער איז:
"ייִדיש איז אַ ייִדישע שפּראַך, ווײַל נאָר די ייִדן קענען פֿאַרשטיין אַ שפּראַך מיט גערמאַנישער גראַמאַטיק און העברעיִשע אותיות.
די נײַנטע פֿראַגע איז:
מײַן חלום איז... איר ענטפֿער:
"מײַן חלום איז צו זען אַלע ייִדישע קינדער לייענען ייִדיש אין די העברעיִשע שולן."
לאָמיך אײַך זאָגן, אַז איך בין מסתּמא די גליקלעכסטע ייִדישע לערערין; אפֿשר אין דער גאַנצער וועלט, ווײַל אַזאַ ליבשאַפֿט וואָס פֿליסט פֿון מײַנע סטודענטן צו מיר, און מײַן ליבשאַפֿט צו זיי איז נישט אָפּצושאַצן. און דאָס אַלץ ווײַל זיי שפּירן ווי איך האָב ליב די שפּראַך און די קולטור וואָס איך לערן זיי.