רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ געראָטענער פֿאָרשפּײַז דאַרף נישט זײַן בלויז געשמאַק, אָבער אויך שיין צום קוקן דערויף. אין דעם באַטעמטן רעצעפּט זעען די אַוואָקאַדע־העלפֿטן אויס ווי שיפֿעלעך — מלא־חן!

3 צײַטיקע "האַס"־אַוואָקאַדעס

זאַפֿט פֿון 1 לימענע

עטלעכע טראָפּנס שאַרפֿן סאָוס

איילבערט־בוימל

2 צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן

2 בינטלעך אַשלעך (גרינע ציבעלעס), צעשניטן

זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק


שנײַדט יעדע אַוואָקאַדע אין דער לענג אויף העלפֿט, און וואַרפֿט אַרויס דעם קערל. ניצנדיק אַ גרויסן לעפֿל, נעמט אַרויס יעדע פֿון די 6 העלפֿטן פֿונעם שאָלעכץ, און לייגט די אַוואָקאַדע־העלפֿטן אויף אַ טאַץ. באַגיסט די אַוואָקאַדעס מיטן לימענע־זאַפֿט, שאַרפֿן סאָוס און עטלעכע טראָפּנס איילבערט־בוימל.

אין אַ שיסעלע מישט צונויף די צעשניטענע פּאָמידאָרן, אַשלעך און זאַלץ. לייגט אַ זשמעניע פֿונעם פּאָמידאָרן־געמיש אין יעדער אַוואָקאַדע־העלפֿט און דערלאַנגט צום טיש.