שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַנע טאַטע־מאַמע באַהאַנדלען מיך ווי איך וואָלט נאָך געווען אַ קינד. נאָך דעם ווי כ׳האָב גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, בין איך צוריק אַהיימגעקומען, כּדי אײַנצושפּאָרן אַ ביסל געלט. איך בין אַ לערער און איך בין צופֿרידן, וואָס איך האָב אַרבעט, אָבער די שׂכירות זענען קליין. טאַטע־מאַמע האָבן זיך געפֿרייט, וואָס איך בין צוריקגעקומען אַהיים — זיי האָבן עס מיר פֿאָרגעלייגט. אָבער זיי ווילן אַלע מאָל וויסן וועגן מיר, און פֿרעגן וווּ איך בין, וואָס איך טו אַזוי שפּעט בײַ נאַכט, און ווי שפּעט וועל איך בלײַבן? אָדער צי איך וועל מיט זיי עסן וועטשערע?... איך בין 23 יאָר אַלט און, מיר דאַכט, אַז איך דאַרף נישט אָפּגעבן קיין באַריכט צו מײַנע טאַטע־מאַמע. ווען איך זאָג זיי דאָס, דערמאָנען זיי מיר, אַז איך וווין בײַ זיי אין הויז און מוז וווינען לויט זייערע כּללים.

ווי קען איך אויף זיי ווירקן, זיי זאָלן קוקן אויף מיר ווי אויף אַ דערוואַקסענעם מענטש?

נישט־קיין־קינד


טײַערער נישט־קיין־קינד,

איר דאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן ווי אַ דערוואַקסענער מיט אַחריות, איידער איר קענט דערוואַרטן, אַז אײַערע טאַטע־מאַמע וועלן אײַך טאַקע אַזוי באַטראַכטן. אויב איר וווינט בײַ זיי, קומט זיי דאָך אַזאַ העפֿלעכקייט, ווי זיי לאָזן וויסן, צי איר וועט מיט זיי עסן וועטשערע צי נישט. אַזוי ווי איר ווייסט שוין, אַז אײַערע פּלענער זענען פֿאַרמישט מיט זייערע פּלענער, וואָלט איר זיי קודם געדאַרפֿט אָנקלינגען, און זיי זאָגן, ווען איר וועט, אַן ערך, אַהיימקומען. זיי וועלן דאָס אָפּשאַצן, און וועלן נישט דאַרפֿן פֿרעגן אַזוי פֿיל קשיות.

איר וואָלט געדאַרפֿט אויסזוכן אַן אייגענע דירה, ווײַל, עס זעט אויס, אַז איר ווילט זײַן אומאָפּהענגיק. איר האָט אַרבעט און איר קענט געפֿינען נאָך אַ פּאָר שעה צו פֿאַרדינען ווי אַ פּריוואַטער לערער, וואָס וואָלט אײַך געהאָלפֿן צו צאָלן דאָס דירה־געלט.


טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך האָבן אַ שווערע צײַט בײַם באַשליסן וווּהין צו שיקן לערנען אונדזער זון אין פֿאָרשול. איך וואָלט געוואָלט אים שיקן אין אַ ייִדישער פֿאָרשול בײַ אַ שיל. מײַן מאַן וויל אים גיכער שיקן אין אַ ביליקער פֿאָרשול, און דערנאָך בײַטן אויף אַ ייִדישער טאָגשול, ווען ער ווערט מיט אַ יאָר, צוויי עלטער. איך האַלט, אַז מע דאַרף אָנהייבן, ווען מען איז גאָר יונג. אָבער מײַן מאַן טענהט, אַז מע געדענקט נישט די פֿאָרשול סײַ־ווי־סײַ, דאַרף מען נישט צעטרענצלען דאָס געלט. ווי האַלט איר?

פֿאָרשול־עלטערן


טײַערע פֿאָרשול־עלטערן,

מע דאַרף זיך פֿרעגן, ווי וויכטיק ס׳איז פֿאַר אײַך אַ גוטע ייִדישע דערציִונג. אויב ס׳איז זייער וויכטיק פֿאַר אײַך ביידן, דאַרפֿט איר דאָס קינד פֿאַרשרײַבן אין אַ פֿאָרשול בײַ דער שיל. אויב מע שיקט אים אין אַן אַנדער שול, וועט שפּעטער ווערן שווערער צו בײַטן די שול. כאָטש ס׳איז אמת, אַז ווי דערוואַקסענע געדענקען מיר נישט אַ סך פֿאָרשול־איבערלעבונגען, זענען די איבערלעבונגען יאָ וויכטיק בײַם פֿאָרמירן דעם מענטש. אין אַ ייִדישער פֿאָרשול קען אײַער זון אײַנזאַפּן די פֿרייד פֿון ייִדישקייט אויף אַזאַ אופֿן, אַז ס׳וועט ווערן אַ טייל פֿון אים.


טײַערע חזנטע,

וואָס איז דער בעסטער מעדיקאַמענט פֿאַר אַ צעבראָכן האַרץ?

טרויעריק


טײַערע "טרויעריק",

דער בעסטער מעדיקאַמענט איז צו פֿאַרברענגען מיט משפּחה און פֿרײַנד, וועלכע האָבן אײַך ליב. דאָס איינציקע גאַנצע האַרץ איז אַ צעבראָכן האַרץ.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024