איך האָב ניט געוווּסט, אַז עס זײַנען דאָ לײַט וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש, ביז איך בין געווען 6 יאָר אַלט. איך האָב יאָ געוווּסט, אַז מיט געוויסע מענטשן רעדט מען ענגליש, אָבער איך האָב געמיינט, אַז זיי האָבן געדאַרפֿט אויך קענען ייִדיש. איך בין ניט געבוירן געוואָרן אין די 1920ער אָדער אַפֿילו אין די 1950ער יאָרן. איך בין געבוירן געוואָרן אין 1986 אין אויסטראַליע.
מע וואָלט געקענט זאָגן, אַז מעלבורן איז דאָס לעצטע ווינקל פֿון יונג־ייִדיש און ייִדישער בילדונג. אין דער שלום־עליכם שול און קינדער־גאָרטן לערנט מען ייִדיש טאָג־טעגלעך. איך געדענק ביז הײַנט די ווערטער פֿון אונדזער לערנבוך אין ערשטן קלאַס. בײַ "ייִדישע קינדער א" שטייט אַזוי: "מאָטלע גייט אין שול. גיטלע גייט אין שול. מאָטלע און גיטלע גייען אין שול." ביז איך בין געוואָרן 16 האָב איך ניט געוווּסט, אַז עס איז דאָ אַן ענגליש ביכל, וואָס הייסט "דיק ענד דזשיין", פֿון וואַנען די פֿאָרעם פֿון דעם ביכל איז געקומען.
ווען מען ענדיקט אין דער שלום־עליכם שול דעם 6טן קלאַס, קען מען ווײַטער לערנען זיך ייִדיש. קינדער פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע און מיטל־שולן פֿון דער רעגירונג גיבן אָפּ זייער פֿרײַע צײַט און קומען אין שול זיך לערנען ווײַטער ייִדיש. מע קען אַפֿילו זיך לערנען ייִדיש ווי אַ מאַטורע־לימוד.
פֿאַר די יונגע־לײַט איז אויך דאָ דער "סקיפֿ". דער "סקיפֿ" איז אַ יוגנט־גרופּע פֿון "בונד". סקיפֿיסטן טרעפֿן זיך יעדן זונטיק פֿון 3 ביז 5 אַזייגער בײַ דעם "וואַקס־הויז". דער בנין הייסט נאָך דעם גרויסן בונדישן טוער אין אויסטראַליע, יעקבֿ וואַקס. פֿאַרן קומען קיין אויסטראַליע אין 1940, איז ער געווען אַקטיוו אינעם "בונד" אין ביאַליסטאָק. ער איז געשטאָרבן דעם 25סטן פֿעברואַר 1956.
די סקיפֿיסטן קומען אין זייערע לאַגערן 3 מאָל אַ יאָר. דאָ זינגען די קינדער ייִדישע לידער אַזוי ווי "דאַלוי פּאָליציע" און "שטיל ווי די לבֿנה". זיי שרײַבן אויך זייערע אייגענע ייִדישע לידער לכּבֿוד די אָלימפּיאַדע־שפּילן אינעם לאַגער. זיי לערנען זיך וועגן דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג און וועגן הײַנט־צײַטיקע ענינים. דאָ פֿילט מען אַ פּראַקטישע ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך. נאָך צוויי וואָכן פֿון פֿאַרברענגען אינעם "סקיפֿ"־לאַגער, וואַרטן שוין ניט די קינדער אויף "ברעקפֿעסט" אָדער "לאַנטש", נאָר זיי פֿרעגן נאָך "פֿרישטיק" און "מיטאָג"; מע וויל ניט גיין "סווימינג", נאָר "שווימען".
אויב מען וויל ערנסט זיך לערנען ייִדיש און מע האָט עס קיין מאָל ניט געטאָן, קען מען אַרײַן אין דעם ייִדיש־קלאַס פֿאַר אָנהייבער בײַ דעם מאָנאַש אוניווערסיטעט. דאָרט האָט מען דרײַ מדרגות פֿון לערנען זיך ייִדיש. עטלעכע יונגע־לײַט, וואָס ווילן ווערן ייִדיש־לערער, לערנען זיך דאָרט.
שוין עטלעכע יאָר גייט אָן אין מעלבורן אַ "יִידיש סוף־וואָך". דאָרט טרעפֿן זיך אַרום 50 מענטשן, וואָס רעדן בלויז ייִדיש דעם גאַנצן סוף־וואָך. פֿאַר אונדז, אויסטראַליער, וואָס קענען ניט פֿאָרן קיין ניו־יאָרק אין מיטן פֿון דעם אויסטראַלישן ווינטער, איז עס אַ געלעגנהייט צו רעדן מיט ייִדיש־רעדנערס פֿון אַרום אויסטראַליע און אַרום דער וועלט.
איך פֿיל זיך זייער גליקלעך וואָס איך האָב געקענט וואַקסן אין אַזאַ וואַרעמער ייִדישער קהילה ווי מעלבורן. איך האָב קיין מאָל ניט געטראַכט, אַז עס איז מאָדנע צו רעדן ייִדיש. אין מעלבורן קען מען זײַן אַ ייִד פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען און רעדן פֿאַרשיידענע ייִדישע שפּראַכן; דערפֿאַר רופֿט מען מעלבורן "שטעטל מעלבורן". ס׳איז אַ שטאָט, וווּ מע קען טאַקע זען די ירושה פֿון "ירושלים ד’ליטע" און אַנדערע ערטער פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע.