איך האָב ניט געוווּסט, אַז עס זײַנען דאָ לײַט וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש, ביז איך בין געווען 6 יאָר אַלט. איך האָב יאָ געוווּסט, אַז מיט געוויסע מענטשן רעדט מען ענגליש, אָבער איך האָב געמיינט, אַז זיי האָבן געדאַרפֿט אויך קענען ייִדיש. איך בין ניט געבוירן געוואָרן אין די 1920ער אָדער אַפֿילו אין די 1950ער יאָרן. איך בין געבוירן געוואָרן אין 1986 אין אויסטראַליע.
מע וואָלט געקענט זאָגן, אַז מעלבורן איז דאָס לעצטע ווינקל פֿון יונג־ייִדיש און ייִדישער בילדונג. אין דער שלום־עליכם שול און קינדער־גאָרטן לערנט מען ייִדיש טאָג־טעגלעך. איך געדענק ביז הײַנט די ווערטער פֿון אונדזער לערנבוך אין ערשטן קלאַס. בײַ "ייִדישע קינדער א" שטייט אַזוי: "מאָטלע גייט אין שול. גיטלע גייט אין שול. מאָטלע און גיטלע גייען אין שול." ביז איך בין געוואָרן 16 האָב איך ניט געוווּסט, אַז עס איז דאָ אַן ענגליש ביכל, וואָס הייסט "דיק ענד דזשיין", פֿון וואַנען די פֿאָרעם פֿון דעם ביכל איז געקומען.