מיט צוואַנציק יאָר צוריק איז אין קעשענעוו געעפֿנט געוואָרן די ייִדישע ביבליאָטעק, וועלכער מע האָט געגעבן דעם נאָמען פֿון איציק מאַנגער (1901—1969). מאַנגערן איז שווער צו פֿאַרבינדן מיט געאָגראַפֿיע. ער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ, וואָס איז צווישן די וועלט-מלחמות געווען אַ טייל פֿון רומעניע. אַ צײַט האָט ער געוווינט אין בוקאַרעשט, אָבער ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך יאָרן אויך אין אַנדערע שטעט און לענדער. דאָך, ווערט ער, בדרך-כּלל, אויפֿגענומען ווי אַ רומעניש-ייִדישער דיכטער, און דאָס האָט געמאַכט אַקטועל זײַן נאָמען אין קעשענעוו, וואָס איז ביז 1940 געווען אַ טייל פֿון רומעניע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס מאַנגערס נאָמען איז פּאָפּולער געווען אין ישׂראל, וווּ זינט 1969 פֿלעגט מען צוטיילן ייִדישע ליטעראַרישע פּרעמיעס אויף זײַן נאָמען.
די מאַנגער-ביבליאָטעק אין קעשענעוו, מיט איר רײַכער קאָלעקציע פֿון 50,000 ביכער, דינט אויך ווי אַ ייִדישער קולטור-צענטער פֿון דער שטאָט. מע פֿירט דאָרט דורך כּלערליי קולטור-אונטערנעמונגען — קאָנצערטן, ליטעראַרישע אָוונטן וכ׳. בײַ דער ביבליאָטעק אַרבעטן אויך פֿאַרשיידענע קלאַסן. די צאָל לייענער איז אַ ממשותדיקע — בערך 12 טויזנט נפֿשות. פֿאַר די צוויי יאָרצענדליק איז די מאַנגער-ביבליאָטעק געוואָרן אַ וויכטיקע אינסטיטוציע, וואָס איז טעטיק גלײַך אין דרײַ קולטורן: ייִדישער, רומענישער און רוסישער.