אין 2009 איז אין מאָנטרעאָל דורכגעפֿירט געוואָרן דער ערשטער ייִדישער אינטערנאַציאָנאַלער טעאַטער-פֿעסטיוואַל. דערמיט האָט מען אָפּגעמערקט דעם 50סטן יוביליי פֿון דעם היגן ייִדישן טעאַטער, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון דער גרינדערין פֿונעם טעאַטער — דאָרע וואַסערמאַן. אויסגעשולט אין דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער-שול בראָש מיט שלמה מיכאָעלס, האָט זי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זיך באַקענט מיט שורע וואַסערמאַן, אַ פּוילישן ייִדן. נאָך דער מלחמה זײַנען זיי אַרויסגעפֿאָרן קיין פּוילן און שפּעטער, אין 1950, אָנגעקומען קיין קאַנאַדע.
איר טעאַטער איז פֿון סאַמע אָנהייב אָן געווען מער ווי סתּם אַ טעאַטער. דאָס איז אויך געוואָרן אַ וויכטיקע קולטור-אינסטיטוציע פֿאַר אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך און קולטור. הײַיאָר, אין יוני חודש, וועט דורכגעפֿירט ווערן דער צווייטער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע טעאַטערס. אין אַ גוטער שעה!