ערבֿ־פּסח
פֿון נפֿתּלי גראָס
ווי נאָר פּורים
גייט אַריבער,
פֿאַרשמעקט מיט פּסח
אין די שטיבער.
ניס און מצות,
זיסע ווײַנען,
און די כּוסות
פֿינקלען, שײַנען.
מע פֿאַרבט די שטיבער,
מע פּוצט די פֿענצטער,
ס'קומט דער יום־טובֿ —
אונדזער שענסטער.
און די וואַסערן
אין טאָלן
שרײַען, רוישן, —
מילן מאָלן.
און די קינדער
אין נײַע קליידער
פֿאַרפּוצטע וואַרטן
אויף דעם סדר.
קומט דער אָוונט —
זינגען שטיבער
מיט דער ליבשאַפֿט,
מיט דער ליבער.
משה שטייט פֿאַר פּרעהן
פֿון מאַטעס אָליצקי
אין אַ פּאַסטעכס פּראָסטע קליידער,
מיט אַ שטעקן אין דער האַנט,
שטייט ער, ווי עס שטייט אַ קיניג,
פֿאַרן קיניג פֿון דעם לאַנד.
רויטער זײַד און בלויער סאַמעט
רינט פֿון הויכן טראָן אַראָפּ.
גאָלד און זילבער פּרעהס קליידער,
גאָלד און זילבער אויף זײַן קאָפּ.
פּרעהס קול איז שטרענג און כּעסיק,
בייזע האַנט באַפֿעלט: אַרויס!
און עס ווייסט ביז הײַנט ניט קיינער
ווי זײַן שרעק געווען איז גרויס.