פֿונעם אייביקן קוואַל

אַחרי

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן מיר באַטראַכט די מעשׂה מיט צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא. זיי האָבן געבראַכט אַ קטורת אינעם מישכּן, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער; דער אייבערשטער האָט געזאָגט, אַז זיי האָבן געבראַכט אַ "פֿרעמד פֿײַער" און דערפֿאַר זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן.

די חז״ל דערקלערן, אַז יענער טראַגישער טאָג, ווען אַהרנס זין זענען אומגעקומען, איז געווען ראָש-חודש ניסן. זײַענדיק כּהנים, האָבן נדבֿ און אַבֿיהוא געהאַט דאָס רעכט צו ברענגען דאָס קטורת. די גמרא לייגט פֿאָר עטלעכע מעגלעכע סיבות פֿאַר זייער שטראָף. לויט איין דעה, זענען זיי געווען שיכּור. די חסידישע מפֿרשים טײַטשן עס אָבער אָפּ נישט אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן און דערקלערן, אַז די אומגעקומענע כּהנים האָבן זיך געפֿילט בלויז "גײַסטיק שיכּור" און זענען ממש אויסגעגאַנגען פֿון התלהבֿות.

אַדרבה, ווי עס באַטאָנען אַ צאָל חסידישע רביים, האָבן נדבֿ און אַבֿיהוא אַליין געוואָלט ברענגען אויף זיך דאָס הימלישע פֿײַער, האָפֿנדיק צו דערגרייכן אַ הויכע גײַסטיקע מדרגה, וווּ עס ווערן אינגאַנצן בטל אַלע גרענעצן צווישן גשמיות און רוחניות. נישט געקוקט אויף זייער הייליקער כּוונה, זענען זיי אָבער אומגעקומען; זייער התפּעלות גופֿא האָט גורם געווען דעם טויט, וואָס זיי אַליין האָבן אָנגענומען נישט ווי אַ שטראָף, אין אַ פּשוטן זין פֿונעם וואָרט, נאָר ווי דעם הויכפּונקט פֿון זייער עבֿודת־השם.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "אַחרי", ווערט דערציילט, אַז נאָך נדבֿ און אַבֿיהואס אומקום האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט, אַז בלויז דער כּהן־גדול מעג ברענגען דאָס קטורת אינעם קדשי־קדשים, בלויז איינמאָל אַ יאָר — יום־כּיפּור. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "ויקראָ" כּסדר באַטראַכט די דיאַלעקטיק צווישן דעם מענטשלעכן פּערזענלעכן רוף און דעם אייבערשטנס רוף צו אים. נדבֿ און אַבֿיהואס סויִצידאַלער דרך־עבֿודה איז אַ וויכטיקער בײַשפּיל פֿון אַ סיטואַציע, ווען דער פּערזענלעכער רוף איז צו שטאַרק און שפּילט זיך אויס אויף אַ דראַמאַטישן און אַפֿילו טראַגישן אופֿן. הגם די אומגעקומענע אַהרנס זין זענען געווען גרויסע צדיקים, האָט דער אייבערשטער באַגרענעצט נאָך זייער טויט דעם צוטריט צו דער עבֿודת־הקטורת, כּדי די קומענדיקע דורות כּהנים זאָלן נישט איבערחזרן דעם זעלבן טעות.

ווײַטער ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה דערקלערט אַ וויכטיקער טייל פֿון עבֿודת־יום־כּיפּור, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אינטערעסאַנטע אינווערסיע פֿון דער זעלבער טעמע. נאָך נדבֿ און אַבֿיהואס טויט, האָט דער אייבערשטער אַנטפּלעקט דעם ענין פֿון "שׂעיר-לעזאזל" — דער כּפּרה-באָק, וועלכן מע פֿלעגט אַראָפּוואַרפֿן פֿון אַ באַרג, כּדי צו דערוועקן די ייִדן צו תּשובֿה.

די מקובלים דערקלערן, לויט דעם ספֿר־הזוהר, אַז דער "שׂעיר-לעזאזל" איז געווען אַ מתּנה פֿאַר סיטרא־אַחרא, זי זאָל "זאַט ווערן" און נישט טשעפּען די מענטשן. הגם אַזאַ ריטואַל קלינגט, חלילה, ווי אַ מין עבֿודה־זרה, האָט דער אייבערשטער געמאַכט אַ ספּעציעלן אויסנאַם, כּדי צו ווײַזן, אַז אַפֿילו אַזאַ סתּירותדיקער ריטואַל קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מיצווה, ווען מע טוט עס לשם־שמים, ווי אַן אָנזאָג פֿון אויבן.

נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן געטאָן אַ מיצווה אויף אַזאַ פּאַראַדאָקסיש־מאַרטירערישן אופֿן, אַז זי ווערט באַטראַכט ווי אַ שטיקל עבֿירה. נאָך זייער טויט, האָט דער אייבערשטער אַליין אָנגעזאָגט צו טאָן אַ מיצווה, וואָס זעט אויס ווי אַ בפֿירושע עבֿירה, כּדי צו ברענגען לעבן און דערוועקן די ייִדן צו תּשובֿה. נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן געטאָן אַ מיצווה מיט אַ צו־פֿײַערדיקן, זעלבסטמערדערישן פּערזענלעכן ברען; ווי אַן ענטפֿער אויף זייער טעות, האָט דער אייבערשטער געוויזן אַ פּונקט פֿאַרקערטן דרך: אַ ריטואַל, וואָס זעט אויס מאָדנע און שיִער נישט ווי אַ מין געצנדינערײַ, קאָן דינען ווי אַ כּפּרה און קוואַל פֿון לעבן.


חג־הפּסח

דער הײַנטיקער יום־טובֿ, פּסח, איז פֿאַרבונדן מיט דער היפּוכדיקער דיאַלעקטישער דינאַמיק פֿון באַציִונגען צווישן מענטש און ג־ט אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים.

דער חג־הפּסח הייסט "זמן־חרותנו" — די צײַט פֿון אונדזער פֿרײַהייט. די טעמע פֿון פֿרײַהייט ווערט כּסדר דערמאָנט אין דער הגדה. וואָס איז אָבער דער טײַטש — פֿרײַהייט? נישט ווייניק באַקאַנטע רבנים האָבן אויסגעדריקט אַ מיינונג, אַז פֿרײַהייט פּאָרט זיך נישט בכלל מיט עבֿודת־השם; צוליב דעם, ווערט די פֿראַזע "אַ פֿרײַער ייִד" אָפֿט באַנוצט אין די פֿרומע קרײַזן מיט אַ נעגאַטיוון זין, ווי אַ באַצייכענונג פֿון ייִדן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן.

און פֿאָרט, זעט מען דאָך, אַז פּסח ווערט בפֿירוש אָנגערופֿן "זמן־חרותנו" און ווערט באַטראַכט אין אַלע קלאַסישע הייליקע ספֿרים ווי דער יום־טובֿ פֿון אונדזער פֿרײַהייט. בדרך־כּלל, איז פֿרײַהייט אַ קאָמפּליצירטער ענין. אַ מענטש, וואָס פֿאָלגט די באַפֿעלן פֿון אויבן, איז טאַקע נישט פֿרײַ; פּונקט אַזוי איז אָבער אויך נישט פֿרײַ אַ מענטש, וואָס פֿאָלגט בלינד נאָך זײַנע אינסטינקטן און באַגערן. די אמתע פֿרײַהייט קומט, ווען ג־טלעכקייט און מענטשלעכקייט טרעפֿן זיך אין דער מענטשלעכער נשמה.

בײַם פּסחדיקן סדר דערמאָנען מיר פֿיר סאָרטן ייִדן: אַ חכם, אַ רשע, אַ תּם און "שאינו יודע לשאול" — דער, וואָס ווייסט נישט, ווי אַזוי צו פֿרעגן. אַלע פֿיר פּרוּוון צו פֿאַרשטיין דעם באַדײַט פֿונעם הג־הפּסח.

דער חכם פֿרעגט: "וואָס זענען די דאָזיקע באַפֿעלן און געזעצן, וואָס דער אייבערשטער האָט אײַך געגעבן"? דער רשע פֿרעגט: "וואָס איז פֿאַר אײַך די דאָזיקע עבֿודה"? די הגדה באַצייכנט די דאָזיקע צוויי פֿראַגעס ווי דיאַמעטראַל־היפּוכדיקע. אויב מע טראַכט זיך אָבער אַרײַן, קלינגען זיי גאַנץ ענלעך. ביידע, דער חכם און דער רשע, חידושן זיך, צוליב וואָס דאַרף מען פֿאָלגן די ג־טלעכע באַפֿעלן.

על־פּי־חסידות, זענען פֿאַראַן צוויי מינים פֿרײַהייט, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם ספֿר "דגל מחנה אפֿרים". דער רשע פֿאָלגט זײַנע באַגערן און טוט וואָס ער וויל; דער חכם פֿאָלגט זײַן געוויסן און איבערצײַגונגען און טוט, וואָס איז ריכטיק. ביידע גלייבן נישט, אַז אַ מענטש מוז פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון אויבן; פֿאַרן חכם, לעבט דער אייבערשטער אין זײַן מוח און האַרץ, און געפֿינט זיך נישט ערגעץ אין דרויסן, אין די הויכע הימלען. ער טוט מיצוות, ווײַל ער פֿילט דאָס גײַסטיקע ליכט, וואָס שטעקט אין זיי — נישט ווי אַ באַפֿעל, נאָר ווי אַן אַנטפּלעקונג פֿון זײַן אייגענעם ווילן.

ווײַטער לייענען מיר אין דער הגדה, אַז דער אייבערשטער האָט אונדז אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים נישט מיט דער הילף פֿון אַ מלאך, נאָר ער האָט עס געטאָן אַליין. וואָס מיינט עס? אַלץ אין דער וועלט איז אַ ג־טלעכע מאַניפֿעסטאַציע, דערפֿאַר קאָן מען תּמיד זאָגן, אַז דער אייבערשטער טוט אַלץ אַליין. דער דינאָווער רבי, צבֿי־אלימלך שפּירא, אַ באַרימטער קלאַסישער חסידישער דענקער, האָט געזאָגט, אַז כּדי אַרויסצופֿירן די ייִדן פֿון מצרים, איז דער באַשעפֿער אַליין באַגאַנגען אַן "עבֿירה לשמה" — נישט אויסגענוצט די מלאָכים און אַנדערע כּוחות־הטבֿע, נאָר איבערגעדרייט זײַנע אייגענע געזעצן פֿון דער נאַטור. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז עס גאָר אַ שאַרפֿער, אַפֿילו אַ ראַדיקאַלער געדאַנק, וואָס דריקט אויס דעם טיפֿן פֿילאָסאָפֿישן דיאַלעקטישן טעם פֿון פֿרײַהייט, וואָס ווערט אַנטפּלעקט אינעם הײַנטיקן יום־טובֿ.

נישט תּמיד זענען די גרענעצן צווישן אַ מיצווה און עבֿירה אַזוי קלאָר, ווי מיר זעען אינעם פֿאַל פֿון נדבֿ און אבֿיהוא. די בעסטע כּוונות קאָנען צומאָל אויך פֿאַרפֿירן אַ מענטש און דערפֿירן צו ווילדע מעשׂים. פֿון דער אַנדערער זײַט, זאָגט די גמרא, אַז עמעצער קאָן טעכניש אויספֿירן יעדע הלכה, און בלײַבן, נעבעך, אַן עקלדיקער פּאַרשוין, אויב ער לעבט אָן אַ האַרץ און געוויסן. בקיצור, פּסח איז די צײַט, ווען מיר קאָנען באַטראַכטן דעם ענין פֿון פֿרײַהייט, כּדי צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי צונויפֿצופֿלעכטן אין זיך פֿרײַהייט, הייליקייט און מאָראַלישקייט.