דרײַ ברידער
אַ מאָל האָט געלעבט אין אַ שטעטל אַ ייִד. האָט ער געהאַט דרײַ זין. האָבן די דרײַ זין ניט געקאָנט רעדן ווי אַלע מענטשן. דער עלטערער ברודער האָט נאָר געקענט זאָגן "איך". דער מיטלסטער ברודער — "פֿאַר אַ בינטל שטרוי", און דער קלענסטער, דעם טאַטנס מיזיניק, איז געווען אַ גאַנצער פּלאַפּלער. פֿון אים האָט מען שטענדיק געהערט: "ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!"
אַזוי זײַנען די דרײַ ברידער געוואַקסן און אַז מע וואַקסן, ווערט מען דערוואַקסן. האָט דער טאַטע זיי געגעבן אַ קעלבעלע און געזאָגט:
— הײַנט איז אַ יריד אין שטאָט. נעמט דאָס קעלבעלע און פֿאַרקויפֿט עס, און זײַט מענטשן מיט אַלע גלײַך!
האָבן זיי גענומען דאָס קעלבעלע און זיך געלאָזט גיין. באַגעגנט זיי איינער אַ פּויער. פֿרעגט ער זיי:
— ווער פֿאַרקויפֿט דאָס קעלבעלע?
ענטפֿערט דער עלטערער ברודער:
— איך.
— פֿאַר וויפֿל פֿאַרקויפֿסטו דאָס קעלבעלע?
ענטפֿערט שוין דער מיטלסטער ברודער:
— פֿאַר אַ בינטל שטרוי.
פֿרעגט איבער דער פּויער פֿאַרחידושט:
— פֿאַר אַ בינטל שטרוי?
און ער גיט זיי באַלד אַ בינטל שטרוי, נעמט צו דאָס קעלבעלע און גייט זיך אַוועק מיט גרויס געלעכטער. שרײַט אים נאָך דער קלענסטער ברודער:
— ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!
נעמען שוין די ברידער דאָס בינטל שטרוי און גייען ווײַטער. פֿאָרט זיי אַנטקעגן אַ וואָגן. פֿרעגט זיי פֿונעם וואָגן דער באַלעגאָלע:
— ווער פֿאַרקויפֿט דאָס בינטל שטרוי?
ענטפֿערט דער ערשטער ברודער:
— איך.
— וויפֿל ווילסטו פֿאַר דעם בינטל שטרוי?
ענטפֿערט דער צווייטער ברודער:
— אַ בינטל שטרוי.
חידושט זיך דער באַלעגאָלע:
— אַ בינטל שטרוי פֿאַר אַ בינטל שטרוי?
רופֿט זיך אָן דער דריטער ברודער:
— ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!
ווערט דער באַלעגאָלע אין כּעס, שמײַסט זיי אויס מיט זײַן בײַטש און נעמט צו דאָס בינטל שטרוי.
גייען די ברידער ווײַטער. דערזעען זיי אין מיטן וועג ליגט אַ פּגירה, אַ הונט. אפֿשר האָט אים טאַקע דער וואָגן מיטן בייזן באַלעגאָלע איבערגעפֿאָרן. טראַכטן זיי: "וואָס טוט מען מיט דער פּגירה? אפֿשר קען מען דערמיט עפּעס האַנדלען?"
שטייען זיי אַזוי און באַטראַכטן דעם טויטן הונט פֿון אַלע זײַטן. דערווײַל קומט אָן אַ פּריץ. לאָזט זיך אויס, אַז דאָס איז זײַן באַליבטער הונט. פֿרעגט ער:
— ווער האָט געהרגעט מײַן הונט?
זאָגט דער ערשטער ברודער:
— איך.
— פֿאַר וואָס האָסטו אים געהרגעט?
זאָגט דער צווייטער ברודער:
— פֿאַר אַ בינטל שטרוי.
ווערט דער פּריץ אויסער זיך און שרײַט:
— פֿאַר אַ בינטל שטרוי הרגעט מען אַ הונט?
רופֿט זיך אָן דער דריטער ברודער:
— ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!
דער פּריץ פֿאַרלירט דאָס לשון. ער כאַפּט אַרויס פֿון זײַן קעשענע אַ זילבערן גלעקל און הייבט מיט דעם אָן קלינגען. באַלד לויפֿן אָן צוויי פּאָליציאַנטן. זיי כאַפּן די ברידער פֿאַרן קאָלנער און פֿאַרנעמען זיי אין תּפֿיסה. דאָרט זיצן די ברידער אָפּ פֿאַרשפּאַרט אַ גאַנצע וואָך ביז מע ברענגט זיי צום ריכטער.
פֿרעגט זיי דער ריכטער:
— ווער האָט געהרגעט דעם פּריצעס הונט?
ענטפֿערט דער עלטערער ברודער:
— איך.
— פֿאַר וואָס?
ענטפֿערט שוין דער צווייטער ברודער:
— פֿאַר אַ בינטל שטרוי.
גלייבט ניט דער ריכטער און פֿרעגט ווײַטער:
— פֿאַר אַ בינטל שטרוי הרגעט מען אַזאַ גוטן הונט?
— ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט! — שרײַט אויס דער דריטער ברודער.
בײַם ריכטער קריכן אַרויס די אויגן פֿון קאָפּ. ער איז שוין פֿופֿציק יאָר אַ ריכטער אין דער שטאָט, זיך אָנגעקוקט און אָנגעהערט, אָבער אַזאַ חוצפּה נאָך ניט געטראָפֿן. רופֿט ער אַרײַן די פּאָליציאַנטן און הייסט זיי שלאָגן די ברידער, ביז זיי וועלן ניט זאָגן דעם אמת.
האָבן זיי אָנגעהויבן פֿונעם עלטערן ברודער, אָבער ער האַלט אין איין שרײַען: "איך! איך! איך!" נעמען זיי זיך שלאָגן דעם מיטלסטן ברודער, שרײַט ער זײַנס: "פֿאַר אַ בינטל שטרוי! פֿאַר אַ בינטל שטרוי! פֿאַר אַ בינטל שטרוי!" לאָזן זיי שוין אויס זייער גאַנצע רציחה צום קלענסטן ברודער, גוואַלדעוועט יענער, ווי זײַן שטייגער איז: "ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט! ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט! ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!"
דערזען אַזאַ זאַך, האָט דער ריכטער אויסגעשריִען העכער פֿון זיי אַלעמען זײַן פּסק:
— זיי זײַנעם משוגעים! לאָזט זיי פֿרײַ!
קוים זיך דערשלעפּט אַהיים, האָבן די אָנגעשראָקענע ברידער זיך באַהאַלטן אויפֿן בוידעם. מער האָט מען זיי אין שטאָט ניט געזען. די ייִדן אין שטעטל דערציילן, אַז צומאָל הערן זיך פֿונעם בוידעם די באַקאַנטע רייד: "איך... פֿאַר אַ בינטל שטרוי... ווילסט ניט, ווער צעזעצט!" — אַ סימן, אַז די דרײַ ברידער האָבן גוט פֿאַרגעדענקט יענעם יריד.
באַאַרבעט פֿון באָריס סאַנדלער
פֿרילינג
ה. רויזנבלאַט
פֿרילינג, פֿרילינג,
בלוי און גרין,
צווישן בלומען
שפּילט אַ בין.
פֿרילינג, פֿרילינג,
גרין און בלוי,
און די בלומען
פֿול מיט טוי.
שוסטער
ב. סמאָליאַר
שוסטער, שוסטער — גיך, גיך, גיך,
נאַדיר מײַנע אַלטע שיך,
ווען איך צייל אָפּ: איינס, צוויי, דרײַ,
זאָלסטו מיר זיי מאַכן נײַ.
תּמיד
נחום ווײַסמאַן
תּמיד זאָלסטו פֿאָלגן
טאַטע־מאַמעס וואָרט,
אַלע דײַנע זאַכן
לייגן אויפֿן אָרט.
זײַן אַ גוטער תּלמיד,
לערנען גוט און פֿײַן,
און אַ גוטער חבֿר
צו די קינדער זײַן.
די קאַטשקע
ש. צעסלער
וואָס איז די מעשׂה?
וואָס טומלט עס זיך?
די קאַטשקע גייט באָרוועס
און האָט ניט קיין שיך.
דער שוסטער — ער האָט ניט
קיין לעדער געוויס,
דערפֿאַר גייט די קאַטשקע
מיט באָרוועסע פֿיס.
אויף דער וויג־ברעט
י. גויכבערג
אַראָפּ־אַרויף, אַראָפּ־אַרויף,
אָן אַן עק און אָן אַ סוף,
פֿון פֿרימאָרגן ביז צו שפּעט
וויג זיך, וויג זיך אויף דער ברעט.
ערשטע טריט
נחום יוד
איינס, אָט שטייט ער,
צוויי, אָט גייט ער,
דרײַ, אָט נעמט ער לויפֿן שנעל,
שנעל געלאָפֿן,
ניט געטראָפֿן,
האָפּ, געפֿאַלן לעבן שוועל.
שפּיל מיר אויפֿן פֿידל
מ. מאָגילעוויטש
שפּיל מיר, שפּיל מיר אויפֿן פֿידל
וועל איך זינגען דיר אַ לידל.
וועל איך זינגען דיר פֿון דאָס,
כ’ווייס אַליין גאָר ניט פֿון וואָס...
כ’וועל דיר זינגען, כ’וועל דיר זינגען,
ס’וועלן טיר און פֿענצטער קלינגען,
ס’וועלן ציטערן די ווענט.
נעם דעם פֿידל אין די הענט.
דיר איז גוט, דו האָסט אַ פֿידל,
וווּ זשע נעמען נאָך אַ לידל?