הײַיאָר, דעם פֿינפֿטן יוני, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם "ישׂראל־פּאַראַד" אין ניו־יאָרק. דאָרטן זאַמלען זיך צונויף כּלערליי ייִדישע גרופּעס: סינאַגאָגעס, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, און אַנדערע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי למשל, "דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — די פֿאָלקסבינע", צו פּאַראַדירן לכּבֿוד מדינת־ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז ס’רובֿ פֿון דעם צונויפֿגעזאַמלטן עולם זענען געווען אָדער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָדער געוועזענע ישׂראלים, די אַזוי גערופֿענע "יורדים", ווײַל מע האָט דאָרטן געהערט עבֿרית אויף יעדן שריט און טריט. אַ פֿאַרשפּרייטע סצענע איז געווען צו הערן ווי טאַטע־מאַמעס רעדן העברעיִש מיט זייערע קינדער, און די קינדער ענטפֿערן זיי אויף ענגליש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ סצענע איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, זי איז זייער אַ טיפּישע דערשײַנונג צווישן די אימיגראַנטן, און ישׂראלים אין אַמעריקע זענען ניט קיין אויסנאַם.

הגם מע וואָלט געקענט דערוואַרטן, אַז עס גייט דאָ אַ רייד וועגן אַן אונטערנעמונג פֿון דעם ייִדישן רעכטן לאַגער (מײַן אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע פֿרוי זאָגט, אַז היסטאָריש איז בכלל ניט געווען אַזוי), האָט זיך אינעם פּאַראַד אויך באַטייליקט אַ גרופּע ליבעראַלע ציוניסטן, אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס ווי "אַמעריקאַנער פֿאַר שלום־איצט", "רבנים פֿאַר מענטשן־רעכט", "מר״צ (מערעץ־פּאַרטיי) — די פֿאַראייניקטע שטאַטן", "דער נײַער ייִדישער פֿאָנד" (NIF) און אַ סך פּאַרשוינען פֿון "דזשיי־סטריט" (ניט אָפֿיציעל, ווײַל די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּאַראַד האַלטן זיי ווי "פּאָליטיש" געשטימט).

צוריק צו די אַמעריקאַנער ישׂראלים. עס רעדט זיך מער וועגן באַזונדערע סעקולערע ישׂראלדיקע קהילות, צומאָל אַפֿילו אָפּגעפֿרעמדטע פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה, ווי וועגן אַ "נאַטירלעכער" צונויפֿשמעלצונג פֿון כּלל־ישׂראל. עס זענען דאָ פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, וואָס אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן און אונטערנעמונגען פֿאַר זיי. נעמט, למשל, די אָרגאַניזאַציע: "דור חדש" (אַ נײַער דור). הגם זי דעפֿינירט זיך ווי "אַ בריק צווישן די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער ייִדן", דאַכט זיך מיר, אַז ס’איז מער פּינקטלעך אָנצורופֿן זי אַ בריק צווישן דעם ערשטן דור ישׂראלדיקע אימיגראַנטן צום צווייטן.

בײַ דעם וועבזײַטל פֿון אַן אַנדער אַקטיוויטעט וואָס "דור חדש" אָרגאַניזירט פֿאַר די ישׂראלדיקע (בשותּפֿות מיטן 92Y), וואָס הייסט "איזראַעלינעס" לייענט מען: "אַן אַנקעטע באַווײַזט, אַז נאָר 36% פֿון ישׂראלדיקע קינדער וואָס ווערן אויסגעהאָדעוועט אין ניו־יאָרק, זענען פֿליסיק אין העברעיִש". און פֿאַרקערט, פֿאַר 88.3% פֿון די עלטערן איז זייער וויכטיק אַז זייער קינד זאָל קענען פֿליסיק עבֿרית. זיי זענען מודה, אַז די אַנקעטע איז ניט קיין וויסנשאַפֿטלעכע אויספֿאָרשונג. לויט אַ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג בנוגע "שפּראַך־אַסימילאַציע הײַנט צו טאָג", איז דער מצבֿ פֿון העברעיִש גאָר ניט שלעכט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שפּראַכן פֿון אימיגראַנטן (צום בײַשפּיל, עס רעדן נאָר ענגליש אין דער היים 70% קינדער פֿון פֿיליפּינער אימיגראַנטן און 40% פֿון אינדיע!). אַזוי אַז עבֿרית, צום גליק, געפֿינט זיך אין אַ נישקשהדיקן צושטאַנד.