אין ניופּאָרט, ראָוד אײַלענד, געפֿינט זיך די עלטסטע שיל אין אַמעריקע, די "טוראָ־סינאַגאָגע". זי איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1763. אמת, עס זײַנען דאָ אין אַמעריקע עלטערע שילן ווי די "טוראָ־סינאַגאָגע", אָבער קיין איינע פֿון זיי האָט ניט אָנגעהאַלטן די זעלביקע געבײַדע די אַלע יאָרן פֿון זייער עקזיסטענץ.
די "טוראָ־סינאַגאָגע" איז זייער אַ שיינע. אינעווייניק — געשניצטע, ווייכע זיץ־פּלעצער, בענק, בימה און אָרון־קודש. אין דער שיל איז דאָ אַ באַלקאָן פֿאַר פֿרויען. גרויסע, קרישטאָלענע קאַנדעלאַבערס הענגען אַראָפּ פֿון דער סטעליע, ווי מיט כּמעט 250 יאָר צוריק. די פֿענצטער זײַנען האַלב־קײַלעכדיקע מיט אַ סך קליינע שויבן, ווי אין געבעט־הײַזער אין די קאָלאָניאַלע צײַטן.
די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין ניופּאָרט זייער פֿרי. אַ סך פֿון זיי זײַנען פֿריִער געווען מאַראַנען און אין אַמעריקע זײַנען זיי צוריק געוואָרן ייִדן. זיי האָבן אין ניופּאָרט אויפֿגעבויט פֿאַבריקן. זיי האָבן אויך געהאַט אַ סך שיפֿן, וואָס פֿלעגן פֿירן סחורות אין פֿאַרשיידענע לענדער פֿון דער וועלט. עס זײַנען אויך צווישן זיי געווען גוטע אַרבעטער און געלערנטע מענטשן.
די ייִדן אין ניופּאָרט האָבן געהאַט די זעלביקע פֿרײַהייטן ווי אַנדערע מענטשן. זיי האָבן אויפֿגעבויט די שיל און איר אַ נאָמען געגעבן "טוראָ־סינאַגאָגע", נאָכן חזן פֿון דער שיל, וואָס זײַן נאָמען איז געווען אײַזיק טוראָ. דער חזן האָט געהאַט עטלעכע זין, וויכטיקע און גוטע מענטשן. האָט מען אין ניופּאָרט אויך אָנגערופֿן אַ גאַס און אַ פּאַרק אויף זייער נאָמען — "טוראָ־סטריט" און "טוראָ־פּאַרק", אָפּצוגעבן כּבֿוד און פֿאַראייביקן זייער נאָמען.
אין דער שיל פֿלעגן די ניופּאָרטער ייִדן ניט נאָר דאַווענען. דאָרטן האָבן זיי אויך געהאַט אַ שול פֿאַר זייערע קינדער, און קלאַסן פֿאַר דערוואַקסענע, ווי אויך אַ פּלאַץ צו באַקן מצות. די מאַשין צו מאַכן מצות שטייט נאָך איצט אין דער סינאַגאָגע.
ווען די אַמעריקאַנער רעוואָלוציע איז אויסגעבראָכן, האָבן די ייִדן ניט געוואָלט בלײַבן מיט די ענגלענדער. האָבן זיי פֿאַרשלאָסן די שיל און אַוועק פֿון דער שטאָט. די ענגלענדער האָבן גענוצט די "טוראָ־סינאַגאָגע" ווי אַ שפּיטאָל פֿאַר זייערע פֿאַרוווּנדעטע. ווען די רעוואָלוציע האָט זיך געענדיקט, זײַנען אַ סך ייִדן צוריקגעקומען קיין ניופּאָרט און ווידער געעפֿנט די שיל. נאָך דעם ווי וואַשינגטאָן איז אויסגעוויילט געוואָרן פֿאַרן פּרעזידענט, האָבן די ייִדן אים געשיקט אַ באַגריסונג־בריוו און אים באַדאַנקט פֿאַר די פֿרײַהייטן און גלײַכבאַרעכטיקונג, וואָס זיי האָבן באַקומען אין דער פֿרײַער און זעלבשטענדיקער אַמעריקע. וואַשינגטאָן האָט זיי געענטפֿערט מיט אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט באַדאַנקט די ייִדן פֿאַר די גוטע וווּנטשן און זיי געזאָגט, אַז אין דער פֿרײַער אַמעריקע איז ניטאָ קיין פּלאַץ פֿאַר קיין פֿאַראורטיילן. וואַשינגטאָנס בריוו איז איינער פֿון די היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון אַמעריקע.
די "טוראָ־סינאַגאָגע" איז געווען די איינציקע געבײַדע וואָס איז געבליבן גאַנץ אין ניופּאָרט נאָך דער רעוואָלוציע־מלחמה. ווען וואַשינגטאָן איז אַהין געקומען צוגאַסט, האָט מען דעם קבלת־פּנים פֿאַר אים אײַנגעאָרדנט אין דער "טוראָ־סינאַגאָגע".
די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט דערקלערט די "טוראָ־סינאַגאָגע" ווי אַ נאַציאָנאַלן היסטאָרישן מאָנומענט פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָלק. די אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען זייער שטאָלץ דערמיט.