אַ מאַמע האָט געהאַט צוויי טעכטער — אַ קלוגע און אַ נאַרישע. די קלוגע האָט זי גערופֿן האַשינקע, און די נאַרישע — באַשינקע. נו, אַ מאַמע, זײַנען בײַ איר די קינדער גלײַך. די קלוגע טאָכטער, האַשינקע, האָט אָבער ניט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אַז די מאַמע מאַכט ניט צווישן זיי קיין אונטערשייד. באַשינקע איז דאָך אַ נאַרישע, קומט איר ווייניקער ליבע. איין מאָל, ווען די מאַמע איז ניט געווען אין דער היים, האָט האַשינקע אַרויסגעטריבן באַשינקע פֿון שטוב. איז באַשינקע אַוועקעגאַנגען.
גייט זי און וויינט, און קלאָגט זיך אויף איר ביטער מזל. דערזעט זי אַן עפּלבוים שטייט אויפֿן וועג. בלײַבט זי אויך שטיין. פֿרעגט זי דער בוים: "וואָס וויינסטו?" ענטפֿערט באַשינקע: "מײַן שוועסטער האָט מיך אַרויסגעטריבן". זאָגט דער בוים צו איר: "נעם, קלאַפּ מיר אָפּ די עפּל, וועסטו האָבן וואָס צו עסן אין וועג, און מיר וועט זײַן גרינגער צו שטיין". האָט זי געפֿאָלגט דעם עפּלבוים.
גייט באַשינקע ווײַטער און וויינט ווידער. דערזעט זי אַ ציג שטייט אויפֿן וועג. בלײַבט זי אויך שטיין. פֿרעגט זי די ציג: "וואָס וויינסטו?" ענטפֿערט באַשינקע: "אַזוי און אַזוי, מײַן שוועסטער האָט מיך אַרויסגעטריבן". זאָגט די ציג צו איר: "נעם, מעלק מיך אויס, וועט זײַן דיר אַ קווערטעלע מילך און מיר וועט זײַן גרינגער". האָט זי געפֿאָלגט די ציג. גייט באַשינקע ווײַטער מיט אַ מעסטעלע עפּעלעך און אַ קווערטעלע מילך.
גייט באַשינקע ווײַטער און וויינט ווידער. דערזעט זי אַ דייזשקע מיט מעל שטייט אויפֿן וועג. בלײַבט באַשינקע אויך שטיין. פֿרעגט זי די דייזשקע: "וואָס וויינסטו?" ענטפֿערט באַשינקע: "אַזוי און אַזוי, מײַן שוועסטער האָט מיך אַרויסגעטריבן". זאָגט די דייזשקע צו איר: "נעם, קנעט מיך אויס און באַק מיך אויס, וועט זײַן דיר אַ לעבל ברויט צו עסן, און מיר וועט זײַן גרינגער". האָט זי געפֿאָלגט די דייזשקע. זיך אָנגעוויינט און זיך אָנגעאַרבעט, איז געקומען די צײַט צו עסן. האָט באַשינקע אָפּגעבראָכן אַ שטיקל ברויט, פֿאַרטרונקען עס מיט מילך און פֿאַרביסן מיט אַן עפּל. אַז מען איז זאַט, גלוסט זיך שלאָפֿן. האָט זי זיך געלייגט שלאָפֿן.
אויפֿן אַנדערן טאָג איז באַשינקע אויפֿגעשטאַנען און ווײַטער געגאַנגען, און געוויינט. פּלוצעם זעט זי אַ קליין שטיבעלע, גייט זי אַרײַן אין שטיבעלע, און אין שטיבעלע האָט געוווינט אַן אַלטע באַביצקע. פֿרעגט די באַביצקע: "וואָס וויינסטו, מיידעלע?" — זאָגט באַשינקע: "אַזוי און אַזוי, מײַן שוועסטער האָט מיך אַרויסגעטריבן". — "פֿאַר וואָס האָט די שוועסטער דיך אַרויסגעטריבן?" דערציילט איר באַשינקע די גאַנצע מעשׂה: "מײַן שוועסטער איז קלוג, און איך בין אַ נאַר, אָבער בײַ דער מאַמען זײַנען מיר ביידע גלײַך. האָט עס די שוועסטער ניט געקאָנט פֿאַרטראָגן..."
"אַזוי גאָר?" — האָט זיך געוווּנדערט די אַלטע באַביצקע, — "גוט, וועל איך מאַכן, אַז דײַן שוועסטער וועט דיך שוין ליב האָבן. וואַרט, כ'וועל דיר געבן גוטע זאַכן!" האָט די באַביצקע פֿאַרשפּרייט אַ לײַלעך און אָנגעשאָטן אַלערליי גוטע זאַכן: צוקערקעס, קאָנפֿעקטן, פֿון גאָלד און פֿון זילבער, מיט אַ בריליאַנט פֿון אויבן. דערנאָך האָט זי די אַלע גוטע זאַכן פֿאַרבונדן אינעם לײַלעך און געזאָגט: "נאַ, טראָג דאָס אַהיים!"
האָט באַשינקע גענומען די אַלע גוטע זאַכן און איז אַוועק אַהיים. קומט זי צו דער טיר און זאָגט: "מאַמע, עפֿן מיר!" שווײַגט מען דאָרט. האָט באַשינקע פֿאַרשטאַנען, אַז די מאַמע איז ניטאָ. זאָגט זי: "האַשינקע, שוועסטער, עפֿן מיר די טיר!" הערט זי: "אַוועק פֿון דאַנען, נאַרישע מויד, אַניט באַקומסטו מיטן בעזעם אין קאָפּ, וועסטו אין גאַנצן משוגע ווערן!" האָט באַשינקע געזען, אַז די שוועסטער וויל ניט עפֿענען, האָט זי געטאָן אַ געשריי: "האַשינקע, איך טראָג פֿאַר דיר גוטע זאַכן, עפֿן די מיר!"
ווי האַשינקע האָט דאָס דערהערט, האָט זי גלײַך געעפֿנט די טיר און אַרײַנגעלאָזט באַשינקען אין שטוב. און ווי נאָר זי האָט צעבונדן דעם לײַלעך, האָט איר אַ פֿינקל געטאָן אין די אויגן פֿון גאָלד און זילבער, און פֿון דעם בריליאַנט פֿון אויבן. "אײַ, אײַ, וואָס פֿאַר אַ טײַערע זאַכן!" — זאָגט האַשינקע, — "אַוווּ האָסטו דאָס גענומען?"
האָט איר באַשינקע דערציילט וועגן דער באַביצקע, וואָס וווינט אין אַ קליין שטיבעלע. "אויב אַזוי" — טראַכט האַשינקע, — "אַז די נאַרישע באַשינקע האָט געקאָנט ברענגען אַזוי פֿיל גוטע זאַכן, וועל איך, די קלוגע, אַוודאי ברענגען נאָך מער!" — און זי אַנטלויפֿט פֿון שטוב.
איז האַשינקע געגאַנגען און געגאַנגען ביז זי האָט דערזען אַ קליין שטיבעלע. גייט זי אַרײַן אין שטיבעלע און וויינט. זיצט דאָרטן אַן אַלטע באַביצקע. פֿרעגט די באַביצקע: "וואָס וויינסטו, מיידעלע?" זאָגט האַשינקע: "איך האָב אַ שוועסטער, איז זי זייער אַ בייזע. זי האָט מיך ניט ליב. האָט זי מיך אַרויסגעטריבן פֿון שטוב איך זאָל איר ברענגען גאָלד און זילבער, מיט צוויי בריליאַנטן פֿון אויבן. אַנדערש וועט זי מיר ניט עפֿענען די טיר". "אַזוי גאָר?" — האָט זיך געוווּנדערט די אַלטע באַביצקע, — "וועל איך מאַכן, אַז דײַן שוועסטער וועט דיך שוין ליב האָבן. וואַרט, כ'וועל דיר געבן אַ סך גוטע זאַכן!"
נעמט זי און פֿאַרשפּרייט אַ לײַלעך און האָט איר גענומען געבן גוטע זאַכן: שלאַנגען מיט זשאַבעס, מײַז און זשוקלעך און נאָך אַזעלכע זאַכן. דערנאָך האָט די באַביצקע די אַלע גוטע זאַכן פֿאַרבונדן אינעם לײַלעך און געזאָגט: "נאַ, טראָג דאָס אַהיים, אָבער אויפֿן וועג זאָלסטו דעם לײַלעך ניט צעבונדן!"
האָט האַשינקע געכאַפּט די אַלע גוטע זאַכן און איז אַוועקגעלאָפֿן. אויפֿן וועגן אַהיים טראַכט זי: "וואָס דאַרף איך דאָס אַלץ טראָגן אַהיים און זיך טיילן מיט דער מאַמען. אַ קלוג מיידל טוט ניט אַזוי!" און זי האָט צעבונדן דעם לײַלעך. האָבן גענומען שפּרינגען די זשאַבעס און מײַז, און זשוקלעך איר גלײַך אין פּנים אַרײַן, און די שלאַנג האָט איר אַ ביס געטאָן אין אַ פֿוס. "אוי, ראַטעוועט!" — האָט האַשינקע געשריִען פֿאַר שרעק און מורא, אָבער קיינער האָט זי ניט געהערט.
דערווײַל איז אַהיים געקומען די מאַמע. זי זעט באַשינקען און די אַלע גוטע זאַכן און פֿרעגט זי: "אַוווּ איז דײַן שוועסטער האַשינקע?" ענטפֿערט איר די טאָכטער: "זי איז אַוועקגעלאָפֿן זוכן גאָלדענע גליקן!" אַ גאַנצע וואָך מיט אַ מאָנטיק האָט די מאַמע מיט באַשינקען געוואַרט, אָבער האַשינקע איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. ניט אומזיסט זאָגט מען, אַז אויך אַ חכם קאָן זיך באַנאַרישן.