|
מאַרק מאָזעס |
|
מאַרק מאָזעס: געבוירן אין 1928, קאָוונע, ליטע
וווינט אין באר־שבֿע, ישׂראל
די ייִדן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ליטע האָבן געהאַט אַלע רעכט און פֿרײַהייטן פֿון אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט, זיי האָבן אָבער נישט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך קיין געאייניקטע געזעלשאַפֿט: צווישן זיי זײַנען געווען רײַכע און אָרעמע, גלויביקע און אומגלויביקע, רעכטע און לינקע, קאָמוניסטן, ציוניסטן, בונדיסטן...
אין וואָסער משפּחה זײַט איר געבוירן געוואָרן, אין וואָסער "ריכטונג" האָט מען בײַ אײַך געקוקט — אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּאַלעסטינע, אַמעריקע?
מיר זײַנען געווען פֿון דעם אַזוי גערופֿענע "אַרבעטנדיקן מיטלקלאַס": מײַן זיידע איז געווען אַ שמידער, דער טאַטע — אַ שלאָסער, די מאַמע האָט געאַרבעט אויף דער שאָקאָלאַד־פֿאַבריק; דאָס הייסט, מ'האָט פֿאַרדינט און הונגעריק איז מען נישט געבליבן. איך קאָן נישט זאָגן, אַז אונדזער משפּחה איז געווען פֿרום. גערעדט האָט מען ייִדיש, און כ'בין געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול, הגם אין קאָוונע איז אויך געווען אַ העברעיִשע שול. אַלע אין אונדזער משפּחה — די עלטערן, פֿעטערס און זייערע פֿאַמיליעס — אַלע זײַנען געווען געשטימט פּראָ־סאָוועטיש, אַלע האָבן מיר געקוקט צו מאָסקווע.
צי האָט איר עפּעס געהערט וועגן די מאַסן־רעפּרעסיעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועגן די אַנטי־רעליגיעזע רדיפֿות, בתוכם אויף די פֿרומע ייִדן?
איך אַליין בין נאָך געווען דעמאָלט צו יונג, אָבער אַזעלכע רייד אין דער משפּחה האָב איך געהערט; בפֿרט פֿונעם זיידן. ער פֿלעגט זאָגן, אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קומט פֿאָר "עפּעס נישט־גוטס, מע זעצט אײַן אין טורמעס, מע צעשיסט מענטשן". דער טאַטע אָבער און מײַנע פֿעטערס פֿלעגן אים ענטפֿערן, אַז ס'איז פּוסטע קלאַנגען, וואָס ווערן פֿאַרשפּרייט דורך דער בורזשואַזער רעגירונג (ליטווישער — א. פֿ.), כּדי צו קאָמפּראָמעטירן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. וואָס שייך סטאַלין, טוט ער ריכטיק, וואָס ער פֿאַרניכטעט זײַנע שׂונאים.
ווי האָט איר באַגעגנט די רויטע אַרמיי אין 1940?
די זאַך איז, אַז די ליטווישע ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט די סאָוועטישע, האָבן שוין געוווּסט, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די ייִדן אין דײַטשלאַנד. איך אַליין געדענק די "קרישטאָלנאַכט" און דעם טאָג, ווען די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן אין 1939. איך האָב זיך אומגעקערט אַהיים פֿון דער שול, און אויפֿן וועגן האָט מיר אַ באַלעגאָלע דערלויבט אַרײַנצוקריכן אין זײַן פֿור. טאַקע פֿון אים האָב איך דערהערט, אַז היטלער איז אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן. ער האָט עס געזאָגט מיט אַ ציטער אין זײַן קול. גאָר אין גיכן האָבן זיך אין דער שטאָט באַוויזן אַ סך ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן. מ'האָט זיי אַרײַנגענומען צו זיך אין שטוב, געהאָלפֿן ווי מ'האָט געקענט. זיי האָבן אונדז טאַקע דערציילט, וואָס די דײַטשן טוען אויף מיט ייִדן אין זייער לאַנד. ס'איז געווען אַזוי שרעקלעך, אַז מענטשן האָבן נישט געקאָנט בײַ נאַכט שלאָפֿן. אַלעמען האָט געמוטשעט די פֿראַגע: ווער זשע וועט אַרײַנקומען קיין ליטע — די נאַציס אָדער די סאָוועטן? קיין פֿייגעלעך אין בוזעם, אַז ליטע וועט בלײַבן נייטראַל און אומאָפּהענגיק, האָט זיך קיינער נישט געלייגט. דעריבער, ווען דעם 15טן יוני 1940 האָט מאָלאָטאָוו געמאָלדן, אַז די רויטע אַרמיי האָט אַרײַנמאַרשירט אין ליטע (מיר פֿלעגן דעמאָלט הערן דעם סאָוועטישן ראַדיאָ אויף ייִדיש פֿון ווײַסרוסלאַנד), זײַנען אַלע געווען גליקלעך ביזן הימל; און ווען די ערשטע רויט־אַרמייער האָבן זיך באַוויזן אויף דער גאַס, זײַנען מחנות ייִדן אַרויס אין דרויסן זיי צו באַגריסן. מ'האָט געשריִען: "הוראַ! לעבן זאָל דער חבֿר סטאַלין!" איך געדענק, אַז אַפֿילו די גבֿירים, יענע וועלכע האָבן געהאַט קלייטן און פֿאַבריקן, האָבן געטענהט, אַז "בעסער אָפּצוגעבן דאָס האָב־און־גוטס די סאָוועטן, איידער דעם קאָפּ די נאַציס!" די פּשוטע מענטשן, דער עמך, האָט אין דער בורזשואַזער ליטע קיין האָניק נישט געלעקט; ס'איז געווען ווייניק אַרבעט און אַ סך חובֿות. ווען די סאָוועטן האָבן איבערגענומען די מאַכט, איז געוואָרן גרינגער דאָס לעבן, ס'איז צוגעקומען מער אַרבעט, די פּרײַזן זײַנען געפֿאַלן — עס זײַנען נאָך געבליבן אין די קלייטן אַלטע זאַפּאַסן. אָבער דאָס וויכטיקסטע איז — מ'האָט געעפֿנט אָוונט־שולן פֿאַר דערוואַקסענע, וווּ מ'האָט זיך געקאָנט לערנען בחינם, און פֿאַר קינדער — פֿאַרשידענע קרײַזלעך, לויט די אינטערעסן. אין די קינאָס האָט מען געדרייט פֿילמען, אויך בחינם. בײַ דער פֿריִערדיקער מאַכט זײַנען אַזעלכע ניסים נישט פֿאָרגעקומען. דעריבער האָבן מיר געגלייבט דער נײַער מאַכט, מיר האָבן זיך געפֿרייט.
פֿון דעסטוועגן, איז שוין דער שׂונא געשטאַנען אויף דער שוועל. צי האָט אײַך די נײַע מאַכט געוואָרנט וועגן דער סכּנה?
פֿאַרקערט! איך געדענק די יום־טובֿדיקע דעמאָנסטראַציע דעם 1טן מײַ 1940. אומעטום הענגען רויטע פֿענער און פּלאַקאַטן מיט לאָזונגען: "בײַ זיי — אין מערבֿ איז אַלץ שלעכט!" געמיינט האָט עס, אַז עס פֿאַלן באָמבעס אויף פֿראַנקרײַך און גאַנץ אייראָפּע. אָבער בײַ אונדז, אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז אַלץ אויפֿן בעסטן אופֿן. אַלץ איז רויִק! דערבײַ האָט קיינער נישט געוואַגט צו זאָגן אַ קרום וואָרט אויף די דײַטשן. איך דערמאָן זיך, ווי איינער פֿון אונדזערע קרובֿים האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿראַנקרײַך און דערציילט, ווי די דײַטשן פֿירן זיך דאָרט אויף, און ווי אַזוי זיי פֿירן זיך אויף מיט די ייִדן. האָט מען דעם קרובֿ אַרעסטירט פֿאַר "פֿאַרשפּרייטן פֿאַלשע קלאַנגען"!
סוף־כּל־סוף, האָט מען זיך דערוואַרט ביז די נאַציס זײַנען געקומען קיין ליטע. ווי אַזוי איז עס געווען?
ערגעץ אָנהייב יוני האָבן מײַנע עלטערן פֿאַרשריבן מיך און מײַן ברודער אין אַ פּיאָנערן־קעמפּ אין פּאַלאַנגע, צוויי קילאָמעטער פֿון דער גרענעץ מיט דײַטשלאַנד. זעט אויס, אַז די מאַכט אַליין האָט אויפֿריכטיק געגלייבט, אַז קיין שום מלחמה דאַרף מען נישט דערוואַרטן. די סבֿיבֿה אינעם לאַגער איז געווען אַ שרעקלעכע; מ'האָט אונדז גערייצט — "זשידעס", און מיר זײַנען שוין גערן געווען וואָס גיכער זיך אומצוקערן אַהיים.
|
מע לייגט אַ קראַנץ־בלומען בײַם חורבן־אָנדענק־שטיין, קאָוונע, 1971 |
|
דעם 22סטן יוני, פּונקט 4 אַזייגער אין דער פֿרי האָבן אָנגעהויבן שיסן די האַרמאַטן; ס'האָבן זיך אָנגעצונדן די הײַזער און האָטעלן, וווּ עס זײַנען געווען אויך קינדער. מ'האָט גערעדט, אַז ס'איז נישט מער ווי מיליטערישע געניטונגען. פֿון דעסטוועגן, האָט מען אונדז געהייסן אַלעמען גיין אויף צפֿון. זײַנען מיר געגאַנגען. די קליינע קינדער האָבן געוויינט פֿאַר שרעק און הונגער, אָבער מיר זײַנען סוף־כּל־סוף דערגאַנגען ביז דעם שטעטל ליעפּאַיאַ. אין אַ געסל גייט אונדז אַנטקעגן אַ רויט־אַרמייער — ערשט מאָביליזירט. פֿרעגן מיר אים, וווּהין דאַרף מען גיין? האָט ער אונדז אָנגעוויזן אויף אַ וועג צום וואַלד. "דאָרטן וואַרטן אויף אײַך לאַסט־אויטאָס, וועט מען אײַך אָפּפֿירן אַהיים!" גייען מיר צום וואַלד, אָבער דאָרט שטייען שוין די דײַטשן...
עטלעכע טעג האָט מען אונדז געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט, דערנאָך זײַנען געקומען די אַזוי גערופֿענע "ליטווישע פּאַרטיזאַנער". זיי האָב אונדז נישט געשלאָגן און קיינעם נישט דערהרגעט, פּשוט געשיקט, צוזאַמען מיט די ליטווישע קינדער, צוריק אין פּאַלאַנגע. אָבער אין אַ טאָג האָט זיך דערהערט: "זשידעס, דרײַ טריט פֿאָרויס!" אַזוי האָט מען אונדז אָפּגעטיילט פֿון די איבעריקע קינדער און געבראַכט אין אַן ענגער געבײַדע. קיין עסן האָט מען נישט געגעבן. מיר האָבן געפֿונען ערגעץ פֿאַרפֿוילטע קאַרטאָפֿלס און עס געגעסן רויערהייט. שפּעטער האָט מען אונדז אויסגעשטעלט שורותווײַז און געגעבן אַ קאָמאַנדע "מאַרש!" אויפֿן וועג האָבן זיך אין אונדזער קאָלאָנע אַרײַנגעגאָסן די ייִדן פֿון די דאַטשעס. אַזוי האָבן מיר זיך געשלעפּט ביז מ'האָט אונדז נישט אַרײַנגעטריבן אין צוויי שילן; אין איין שיל — מאַנספּאַרשוינען, און אין דער אַנדערער — פֿרויען מיט קליינע קינדער, און אונדז דערוואַקסלינגען.
ס'איז געווען דעמאָלט אַ שרעקלעכע היץ, אָבער קיין פֿענצטער האָט מען נישט געטאָרט עפֿענען, קיין וואַסער איז נישט געווען, אין טואַלעט האָט מען נישט געלאָזט אַרויסגיין, פֿון קיין עסן איז נישטאָ וואָס צו רעדן...
וויפֿל צײַט האָט מען אײַך אַזוי געהאַלטן?
אַ חודש. אין אַ חודש אַרום האָט מען אונדז אַריבערגעפֿירט קיין קאָוונע, וווּ איך האָב זיך באַגעגנט מיט מײַנע עלטערן. די מאַמע איז על־פּי־נס געבליבן לעבן, און דעם טאַטן האָט צוגעשפּילט, מחמת ער איז נישט געווען ענלעך צו אַ ייִד; דערצו האָט ער אויסגעביטן זײַן העמד אויף אַ פּויערישס און די ליטווינער, מיט די ווײַסע בענדלעך אויפֿן אָרעם, האָבן אים נישט געטשעפּעט. דעם 15טן אויגוסט האָט מען אונדז פֿאַרמאַכט אין דער געטאָ. געליטן האָבן מיר מערסטן פֿון די ליטווינער. די דײַטשן האָבן ווי פֿאַרגעסן אין אונדז. אָבער סוף חודש האָבן זיך אָנגעהויבן די "אַקציעס". מ'האָט אַרומגערינגלט איין ראַיאָן אין דער געטאָ, טענהנדיק, אַז די ייִדן האָבן כּלומרשט געשאָסן אין די דײַטשן, און דערפֿאַר מוזן זיי באַשטראָפֿט ווערן. די אײַנוווינער פֿון דעם ראַיאָן האָט מען אַרויסגעפֿירט צום 9טן פֿאָרט, אונטער קאָוונע, און דאָרט צעשאָסן. געשאָסן האָבן נאָר די ליטווינער. שפּעטער האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז געווען איז דאָס דער אַזוי גערופֿענער 12טער באַטאַליאָן.
הגם קיין לעבעדיקער מענטש האָט זיך פֿון דאָרט נישט אומגעקערט, האָבן מיר נישט געגלייבט, אַז מ'האָט זיי ערגעץ אַוועקגעפֿירט אויף אַרבעט. דערנאָך איז געווען די צווייטע אַקציע. כּמעט אַ האַלבע געטאָ האָט מען אַרויסגעפֿירט, פֿאַרברענט דעם שפּיטאָל צוזאַמען מיט די קראַנקע, און אַלעמען אָפּגעשיקט צום 9טן פֿאָרט. דעם 28סטן אָקטאָבער 1941 איז אַרויס אַ מעלדונג, אַז אַלע אײַנוווינער פֿון דער געטאָ דאַרפֿן זיך צונויפֿנעמען אויפֿן דעמאָקראַטיע־פּלאַץ. איך בין געקומען אַהין מיט מײַנע עלטערן; דער זיידע מיט דער באָבען זײַנען געגאַנגען באַזונדער פֿון אונדז. מיר זײַנען אויפֿן פּלאַץ אָפּגעשטאַנען אַ גאַנצן טאָג. די ליטווינער וועכטער האָבן געשלאָגן מענטשן, זיך איזדיעקעוועט איבער זיי. אָנגעפֿירט האָט מיט דער וואַך אַן אָפֿיציר פֿון דער געוועזענער ליטווישער אַרמיי מיטן נאָמען שימקוס. אַוודאי, זײַנען דאָרט געווען אויך אַ סך דײַטשן.
אויפֿן צווייטן טאָג האָט מען אָפּגעטיילט אַן ערך 10 טויזנט מענטשן און זיי אַוועקגעטריבן צום 9טן פֿאָרט... צווישן זיי זײַנען אויך געווען מײַנע זיידע־באָבע, פֿעטערס און מומעס. איין ייִנגעלע, בלאָך, האָט זיך אײַנגעגעבן פֿון דאָרט צו אַנטלויפֿן. ער האָט שוין אַלץ דערציילט, וואָס מ'האָט מיט די ייִדן געטאָן. שפּעטער איז ער אַראָפּ פֿון זינען. נאָך דעם איז געוואָרן אין געטאָ שטיל. איך האָב זיך אויסגעלערנט שלאָסערײַ און געאַרבעט אין אַ שלאָסאַרניע, וווּ כ'האָב זיך דערנענטערט צו דער אונטערערדישער באַוועגונג. עס זײַנען דעמאָלט געווען צוויי שטאַרקערע אָרגאַניזאַציעס: אַ ציוניסטישע און אַ קאָמוניסטישע אין שפּיץ מיטן שרײַבער חיים יעלין.
מיט וואָס האָט איר זיך דאָרט באַשעפֿטיקט?
מיר, ייִנגלעך, זײַנען געווען פֿאַרבינדלער, געשטאַנען אויף דער וואַך, ווען די אונטערערדלער האָבן זיך געטראָפֿן; געגנבֿעט פֿון די סקלאַדן מיליטערישע אוניפֿאָרמען פֿאַר די חבֿרה, וועלכע פֿלעגן אַנטלויפֿן צו די פּאַרטיזאַנער, ווי אויך אויספֿירן אַנדערע אויפֿגאַבעס.
איין מאָל האָט מען אונדז געמאָלדן, אַז קיין געטאָ וועט מער נישט זײַן, מע וועט זי פֿאַרוואַנדלען אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. כאָטש אַלע זײַנען געבליבן אין זייערע הײַזער, און ס'האָט זיך ווייניק וואָס געענדערט, איז דאָך געקומען אַ גזירה אויף די קינדער. דעם 27סטן מאַרץ 1944 האָט זיך אָנגעהויבן די אַזוי גערופֿענע "קינדער־אַקציע". צו אונדז אין שטוב האָבן זיך אַרײַנגעריסן די דײַטשן און אוקראַיִנער פֿון דער "זאָנדערקאָמאַנדע". זיי האָבן אונדז געשלאָגן און געשאָלטן, און דערנאָך געבראַכט צו פֿירן צום פּלאַץ, וווּ ס'זײַנען שוין געשטאַנען אויטאָבוסן; די פֿענצטער — פֿאַרשמירט מיט ווײַסער פֿאַרב. ס'האָט זיך געהערט פֿון די הילכערס אַ פֿריילעכע מוזיק, און אונטער דער דאָזיקער מוזיק האָט מען די קינדער אָפּגעריסן פֿון די מאַמעס און זיי אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם אויטאָבוס. איך, מײַן שוועסטערקינד חיימעלע, וואָס איז אַלט געווען זיבן יאָר, מײַן ברודער, מיט צוויי יאָר ייִנגער פֿון מיר, זײַנען ארײַנגעגאַנגען אינעם אויטאָבוס די לעצטע. פּלוצעם האָב איך דערפֿילט ווי עמעצער כאַפּט מיר אָן פֿאַרן קאָלנער און וואַרפֿט אַרויס פֿונעם אויטאָבוס: "דער קאָן אַרבעטן!" — האָב איך דערהערט אויף דײַטש. אַזוי בין איך געבליבן לעבן...
אין אַ טאָג איז אַרויס אַ קלאַנג, אַז מע פֿירט דעם לאַגער אַריבער קיין דײַטשלאַנד. מ'האָט געפּרוּווט אונטערצוקויפֿן דעם קאָמענדאַנט, צוזאָגנדיק אים, אַז מע וועט אים נישט איבערגעבן אין די הענט פֿון די סאָוועטן, ווען זיי וועלן קומען. און פֿאַרשטייט זיך, צוגעזאָגט צונויפֿזאַמלען אַ סך גאָלד פֿאַר אים. דער קאָמענדאַנט האָט געהאַט גרויס רעספּעקט צו דעם פֿאָרזיצער פֿון אונדזער ראַט, אַ באַקאַנטער דאָקטער, און האָט אים צוגעזאָגט אַלץ אויסצוקלאָרן. אין עטלעכע טעג אַרום איז ער געקומען און געזאָגט, אַז די געטאָ ווערט באמת ליקווידירט. דאָס אַלץ.
ווען מיר זײַנען צוגעקומען צום טויער, צו פֿאַרלאָזן די געטאָ, האָט מײַן האַרץ געקלאַפּט אויף אַרויסצושפּרינגען: אויב מע וועט אונדז פֿירן אויף רעכטס — איז עס צום 9טן פֿאָרט; אויב אויף לינקס, איז עס דער וועג אין שטאָט אַרײַן, צו די באַנען. די קאָמאַנדע איז געווען צו פֿאַרקערעווען אויף לינקס. אין וועג איז געשען אַ שוידערלעכער צופֿאַל: אַ פֿרוי האָט זיך אונטערגעריסן מיט אַ טשעמאָדאַן. אויף אַ רגע האָט זי אים אַוועקגעשטעלט אויף דער ערד אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם. גראָד אין דעם מאָמענט איז צום טשעמאָדאַן צוגעלאָפֿן אַ שייגעץ, געכאַפּט אים און אַנטלאָפֿן. די פֿרוי שרײַט און וויינט, רײַסט די האָר אויפֿן קאָפּ: אין טשעמאָדאַן האָט זי באַהאַלטן איר קליין טעכטערל!
|
דער ווילנער ייִדישער כאָר און אַנסאַמבל, 1956 |
|
מ'האָט אונדז געבראַכט צו פֿירן צו אַ פֿאַרוואָרפֿענער אײַזנבאַן־סטאַנציע, אַרײַנגעשטופּט אין פֿראַכטוואַגאָנען און זיי פֿאַרריגלט. אויפֿן אַנדערן טאָג זײַנען מיר אָנגעקומען צו דער סטאַנציע שטודהאָף אויף דער פּוילישער טעריטאָריע. איך האָב זיך געבעטן מע זאָל מיך לאָזן מיט מײַן מאַמען, אָבער מ'האָט מיר געהייסן בלײַבן מיטן טאַטן. בײַ אַ וועגצעשייד האָט עמעצער געזאָגט, אַז אויב די באַן פֿאַרקערעוועט אויף לינקס, פֿירט מען אונדז אין אוישוויץ. די באַן איז געפֿאָרן גלײַך.
מ'האָט אונדז געבראַכט אין דײַטשלאַנד, אין לאַנסבערג, אויף דער סטאַנציע קאַופֿענרינג. דאָרט איז געווען איינער פֿון די פֿילצאָליקע פֿיליאַלן פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער "דאַכאַו" — לאַגער נומ' 1. אויפֿן צווייטן טאָג האָט מען אונדז געהייסן זיך אויסצושטעלן שורותווײַז און אָפּגעקליבן די קינדער.
איך בין געשטאַנען אין דער דריטער שורה אויף אַ בערגל, אַזוי אַז מײַן קאָפּ האָט זיך אויסגעגלײַכט מיט די קעפּ פֿון דערוואַקסענע מאַנספּאַרשוינען. מײַן טאַטע איז געשטאַנען הינטער מיר, און ווען ס'איז צוגעקומען דער דײַטש, האָט ער פּלוצעם אָנגעהויבן הויך קרעכצן, אַז דער דײַטש זאָל לייגן אַכט אויף אים, נישט אויף מיר. אַ דאַנק דעם טריק, בין איך טאַקע פֿאַרבליבן שטיין, און 130 קינדער, וואָס דער דײַטש האָט זיי אויסגעקליבן, האָט מען אָפּגעשיקט קיין אוישוויץ (מיט די קינדער איז געשען אַ נס — כּמעט אַלע זײַנען זיי געבליבן לעבן).
וואָס זשע איז געשען מיט אײַך ווײַטער?
ס'האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאַטאָרזשנע אַרבעט און אַ שרעקלעכער הונגער. נאָך גוט וואָס די אונטערערדלער אין לאַגער האָבן אַרויסגעהאָלפֿן אונדז, קינדער פֿון 15־16 יאָר.
מ'האָט אונדז געשיקט צו בויען אַ ריזיקע בעטאָן־וואַנט אַרום דער עראָפּלאַנען־פֿאַבריק. מיר האָט אָפּגעגליקט; סוף־כּל־סוף, בין איך אַרײַן צו אַרבעטן אין אַ שלאָסאַרניע. מײַן טאַטע האָט דאָרט געאַרבעט. בין איך געוואָרן אַ געהילף בײַם שמידער. דאָס האָט מיך געראַטעוועט — איך בין געווען לעבן פֿײַער, איז מיר געווען וואַרעם; איך האָב שטענדיק געהאַט וואַרעמע וואַסער און די מעגלעכקייט אָפּצוקאָכן אַ ביסל שאָלעכץ פֿון קאַרטאָפֿל, וועלכע ס'האָבן אויסגעזוכט אין די קופּעס מיסט אַנדערע קאַצעטלער און געבראַכט צו מיר. איך פֿלעג באַקומען בײַ די 10% פֿון דעם וואָס כ'האָב פֿאַר זיי אָפּגעקאָכט.
דעם 24סטן אַפּריל האָט מען אונדז געזאָגט, אַז מע שיקט אונדז קיין שווייץ, כּדי דאָרט אונדז אויסצובײַטן אויף די דײַטשישע געפֿאַנגענע דורכן "רויטן קרייץ"...
וווּהין קיין שווייץ?
די "שווייץ" האָט געהייסן דאַכאַו! דאָרטן האָט מען צונויפֿגענומען אַלע קאַצעטלער פֿון די אַלע "פֿיליאַלן" פֿון דאַכאַו. די אַמעריקאַנער זײַנען שוין געווען נאָענט און מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז מע וויל אונדז אַלע אומברענגען, כּדי אויסבאַהאַלטן די פֿאַרברעכערישע שפּורן. עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז מע וויל אונדז אָפּסמען. אָבער אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען אונדז אויסגעשטעלט און געשיקט אויף אַ "טויטן־גאַנג". מיר האָבן געמוזט דורכמאַכן צו 20 קילאָמעטער אַ טאָג — הונגעריקע, האַלב־נאַקעטע און באָרוועסע. מענטשן זײַנען געפֿאַלן, ווי פֿליגן. ווען מיר האָבן זיך אַרויפֿגעהויבן אין די בערג, איז שוין דאָרטן געלעגן דער שניי און ס'איז געגאַנגען אַ קאַלט רעגנדל. ס'איז געווען פּשוט נישט אויסצוהאַלטן. ווער ס'איז אָפּגעשטאַנען, האָבן אים די עס־עס־לײַט דערשאָסן אויפֿן אָרט. איינער אַן אָפֿיציר האָט פֿאָרגעלייגט צו דערשיסן אונדזער גאַנצע גרופּע, אָבער דער נאַטשאַלניק פֿון דער קאָלאָנע האָט באַפֿוילן צו דערשיסן נישט אונדז, נאָר די סאָוועטישע געפֿאַנגענע.
איך בין אין גאַנצן אַרויס פֿון די כּוחות, אָבער דער טאַטע האָט מיך אונטערגעהאַלטן. כ'האָב מסוכּן געהוסט, און געטראַכט, אַז שוין — דאָס איז מײַן לעצטער טאָג. און דאָך האָב איך אויסגעהאַלטן ביז בײַ נאַכט, און בײַ נאַכט האָט מען אונדז דערלויבט איבערצונעכטיקן אין אַ ריוו. די עס־עס־לײַט זײַנען געבליבן אויבן אין זייערע לאַסט־אויטאָס. איך מיטן טאַטן האָבן זיך אײַנגעוויקלט אין אַ קאָלדרעכל און אײַנגעשלאָפֿן. אין דער פֿרי, מיר כאַפּן זיך אויף, טרעסלען אָפּ דעם שניי פֿון דער קאָלדרע און קוקן זיך אַרום. די עס־עס־לײַט זײַנען בײַ נאַכט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
מײַן טאַטע זאָגט מיר: "פֿאַל נישט בײַ זיך, לאָמיר צוגיין צו די הײַזער, וועל איך בעטן מע זאָל דיר געבן עפּעס אַ הייסן טרונק, עס וועט דיר העלפֿן." און אַזוי איז געווען. אויפֿן וועג האָבן מיר געזען ווי צענדליקער מענטשן האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף אַ טויט פֿערד און מע רײַסט פֿון דעם שטיקער — מע שלינגט רויערהייט. איך האָב אויך געפּרוּווט אָפּצורײַסן אַ שטיקל פֿלייש, אָבער עמעצער האָט מיך מיט כּוח אָפּגעשטופּט. דאָס איז געווען מײַן מזל, ווײַל יענע וואָס האָבן זיך צו דער פּגירה צוגעכאַפּט, זײַנען אין גיכן געשטאָרבן...
ענדלעך, זײַנען מיר צוגעקומען צו אַ דאָרף, אָנגעקלאַפּט אין אַ טיר. מ'האָט אונדז אַרויסגעטראָגן אַ ביסל וואַרעמע וואַסער, צעפֿירט מיט זיסן סיראָפּ...
סוף אין קומענדיקן נומער