פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט ענינים פֿון נדרים. משה רבנו האָט איבערגעגעבן די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים — "ראָשי־המטות" — אַז ווען עמעצער טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. ווײַטער ווערט דערקלערט, ווי אַזוי צו מאַכן התּרת־נדרים — אָפּצושאַפֿן אַ נדר.

משה רבנו האָט אויסגענוצט אַ ספּעציעלן אויסדרוק אין שײַכות צו די הלכות פֿון נדרים: "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך". די מפֿרשים דערקלערן, אַז די דאָזיקע פֿראַזע ווײַזט אָן אויף דער באַזונדער־הויכער מדרגה פֿון משה רבנוס נבֿואה. וועגן די אַנדערע נבֿיאים שטייט געשריבן אין תּנ״ך, אַז דער אייבערשטער האָט זיי "אַזוי געזאָגט" — "כה אָמר השם". משה האָט אָבער משׂיג געווען זײַן נבֿואה אויף אַ מער דירעקטן, קלאָרן אופֿן, ווי אַ מענטש, וואָס טײַט אָן אויף עפּעס מיטן פֿינגער און פֿאַרשטייט קלאָר, וואָס דאָס איז.

די תּורה דערקלערט פֿאַר אונדז די מעלה פֿון משה רבנוס השׂגה פֿונעם אייבערשטן דווקא אין שײַכות צו די נדרים. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, זענען אין דער תּורה פֿאַראַן נישט ווייניק מיצוות, וועלכע זענען הײַנט נישט אַקטועל אינעם בוכשטעבלעכן זין. עס זענען אויך פֿאַראַן אַזעלכע מיצוות, וואָס בלײַבן יאָ אַקטועל, אָבער בלויז אין אומגעוווּנטשענע סיטואַציעס: למשל, די מיצווה צו גטן זיך מיט דער פֿרוי ווי געהעריק, אָדער צו הרגענען אַ מערדער. פֿאַרשטייט זיך, עס וואָלט געווען בעסער צו לעבן אין אַ וועלט, וווּ קיינער ווערט נישט דערהרגעט און ממילא איז נישטאָ קיין נייטיקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה.

פֿונדעסטוועגן, בלײַבן אַלע מיצוות אייביק אַקטועל אין אַן אַלעגאָרישן אָדער מיסטישן זין. גאַנצע ספֿרים באַשרײַבן, ווי אַזוי מע קאָן ברענגען אַ קרבן ברוחניות און אַפֿילו מקיים צו זײַן די הלכות פֿון עטישער באַהאַנדלונג פֿון שקלאַפֿן — ווי אַן אינערלעכע אַרבעט איבער אייגענע תּאוות און אינסטינקטן, אָן קיין שום ווײַטערער שײַכות צו פֿיזישער שקלאַפֿערײַ.

ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, אַז די סאָציאַלע באַציִונגען, אַפֿילו די סאַמע אומגעוווּנטשענע, קאָנען האָבן אַנאַלאָגיעס אין גאָר אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם לעבן. צום בײַשפּיל, ווערט אַ דאַמף־מאַשין אָדער אַן אַנדער אַלטמאָדישער מכשיר, קאָנסטרויִרט לויט געוויסע מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס. הגם אין די הײַנטיקע צײַטן איז מער נישטאָ קיין דאַמף־מאַשינען, קאָנען די זעלבע פֿאָרמולעס בלײַבן אַקטועל אין אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיטן טראַנספּאָרט אָדער הייסן וואַסער. פּונקט אַזוי, קאָנען די אייביקע "פֿאָרמולעס" פֿון דער תּורה אָנגעווענדט ווערן אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿונעם וועזן, גשמיותדיקע אָדער רוחניותדיקע.

די הלכות פֿון נדרים זענען אָבער פּאַראַדאָקסיש, צוליב צוויי סיבות: קודם־כּל, ווערן די נדרים באַטראַכט ווי אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע זאַך אין ייִדישקייט. אַ סך ייִדן, ווען זיי זאָגן עפּעס צו, גיבן זיי צו "בלי־נדר", כּדי דער צוזאָג זאָל זיך נישט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿאָרמעלן נדר. בלויז אין אַזעלכע סיטואַציעס, ווען עמעצער מוז זיך געבן אַ ספּעציעלע עצה, כּדי גובֿר צו זײַן די יצר־הרע, איז כּדאַי צו טאָן אַ נדר. און אויב ס׳איז טאַקע אַ וויכטיקע מיצווה, אין געוויסע ספּעציפֿישע סיטואַציעס, פֿאַרוואָס גיט אונדז די תּורה באַלד צו וויסן, ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿון אַ נדר? אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מיצוות, ווערט דער שמועס וועגן די נדרים באַגלייט מיט דירעקטע עצות, ווי אַזוי זיי אויסצומײַדן און מבֿטל צו זײַן. אויב די נדרים זענען אַן איבעריקע זאַך אין נאָרמאַלע סיטואַציעס, פֿאַרוואָס זאָגט אונדז די תּורה דווקא אין דעם פֿאַל, אַז "דאָס איז די זאַך", ווי עס וואָלט געווען דער וויכטיקסטער ענין?

דאָס וואָרט "מטות" איז אַ סינאָנים פֿונעם וואָרט "שבֿטים". ביידע ווערטער מיינען, בוכשטעבלעך, שטעקנס אָדער צווײַגן. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש ווי דאָס וואָרט "נטיה" — אָפּנייגונג. ווען עמעצער האָט אַ נטיה צו חסד אָדער גבֿורה, זאָגט מען, אַז ער איז "מטה כּלפּי חסד" אָדער "מטה כּלפּי גבֿורה". דעריבער, קאָן מען אָפּטײַטשן די "מטות", ווי צווײַגן פֿון אַ בוים, וואָס בייגן זיך אַראָפּ אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. יעדער ייִדישער שבֿט האָט געהאַט אַ געוויסע כאַראַקטעריסטישע מידה אָדער לעבנס־שטייגער. הגם די ייִדישע שבֿטים, אַחוץ יהודה און לוי, זענען שוין לאַנג פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, טרעפֿן זיך די דאָזיקע כאַראַקטעריסטישע שטריכן צווישן אַלע מענטשלעכע געזעלשאַפֿטן, אָפֿט אין כּלערליי קאָמבינאַציעס. די תּורה באַשרײַבט נישט בלויז די ייִדישע שבֿטים ווי היסטאָרישע גרופּעס, נאָר אויך ווי מאָדעלן אָדער אַרכעטיפּן פֿון מענטשלעכער אויפֿפֿירונג. על־פּי־קבלה, קאָן אין אַ כּהן, צום בײַשפּיל, נתגלגל ווערן אַ נשמה, וואָס האָט אַמאָל געהערט צו אַן אַנדער שבֿט און טראָגט אין זיך נאָך אַ געוויסע כאַראַקטעריסטישע מידה פֿון יענעם שבֿט.

ווײַטער גייט אין דער פּרשה אַ רייד וועגן דער מלחמה קעגן די מדינים. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, רעפּרעזענטירט דאָס דאָזיקע פֿאָלק אַ געוויסע שלעכטע מידה: דעת־דקליפּה, די פֿעיִקייט צו גיבן אַזעלכע שלעכטע עצות און דערטראַכטן זיך צו קרומע דעות. הגם הײַנט זענען אין דער וועלט נישטאָ קיין מדינים, גייט די דאָזיקע מלחמה אָן ווײַטער אינעם קאָפּ פֿון יעדן אַחריותדיקן מענטש, וועלכער שטרעבט אויסצוקלײַבן דעם ריכטיקן דרך אינעם לעבן. דערנאָך, דערציילט אונדז די תּורה וועגן צוויי ייִדישע שבֿטים, ראובֿן און גד, וועלכע האָבן געבעטן משה רבנו צו באַזעצן זיך אויף דער מיזרחדיקער זײַט פֿונעם ירדן, וווּ עס וואָלט באַקוועם געווען צו פּאַשען די בהמות. צוערשט, איז משה געווען אומצופֿרידן מיט דער דאָזיקע בקשה, אָבער שפּעטער איז ער מסכּים געווען — בתּנאַי, אַז די דערמאָנטע צוויי שבֿטים וועלן אָנפֿירן מיט דער מלחמה קעגן די כּנענים. די חסידישע מפֿרשים טײַטשן די דאָזיקע מעשׂה אויך אויף פֿאַרשיידענע פּסיכאָלאָגישע אופֿנים און דערקלערן, אַז ראובֿן און גד סימבאָליזירן די מענטשלעכע נטיה צו גיין אין אַוואַנגאַרד פֿון אַ געוויסער באַוועגונג אָדער אידעע, אויב אַפֿילו אַזאַ דרך קאָן פֿאַרפֿירן צו ווײַט.

אינעם חומש "במדבר", ווי מיר האָבן שוין געשמועסט וועגן דעם פֿריִער, ווערט כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון וואַנדערונגען אינעם פֿיזישן אָדער גײַסטיקן "מידבר". אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן פֿעלקער און ייִדישע שבֿטים, וועלכע רעפּרעזענטירן פֿאַרשיידענע פּסיכאָלאָגישע טיפּן און נטיות. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע שלעכטע מידות, וואָס מע מוז פֿירן קעגן זיי אַ מלחמה. וואָס איז גוט פֿאַר איין מענטש, קאָן זײַן אַזוי שלעכט פֿאַר אַ צווייטן, אַז יענער מוז אַפֿילו טאָן אַ נדר, כּדי עס אויסצומײַדן. ווען עמעצער זאָגט עפּעס צו אַ צווייטן — מוז מען האַלטן דאָס וואָרט; עס טרעפֿן זיך אָבער אויך אַזעלכע סיטואַציעס, ווען עמעצער וויל באַגרענעצן זיך אַליין, אָבער שפּעטער באַשליסט ער, אַז ס׳איז בעסער אָפּצושאַפֿן זײַן נדר.

על־פּי־קבלה, האָט משה רבנו משׂיג געווען 49 טויערן צו איסור און 49 טויערן פֿון היתּר. עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז ווען איין רבֿ אַסרט עפּעס, גיט דער צווייטער אַ היתּר. די הלכה בײַט זיך צומאָל צוליב היסטאָרישע אומשטענדן, אָרטיקע מינהגים און פּערזענלעכע סיטואַציעס. משה רבנו האָט משׂיג געווען אַלע פּאָטענציעלע זײַטן פֿון איסור און היתּר אין יעדן ענין פֿון דער תּורה; אַן אַנדער מענטש, אַפֿילו אַ נבֿיא, וואָלט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אינעם "לאַבירינט" פֿון אַלע היפּוכדיקע היפּאָטעטישע מעגלעכקייטן און השערות. משה האָט אָבער פֿאַרשטאַנען אַלע זײַטן פֿונעם דאָזיקן דעות־לאַבירינט גאַנץ קלאָר.

די תּורה דערמאָנט משהס גרויסקייט דווקא אין שײַכות צום ענין פֿון נדרים, ווײַל די דאָזיקע בייגעוודיקע און באַדינגלעכע מיצווה דערמעגלעכט צו פֿאַרשטיין אַ ביסל די קלאָרקייט פֿון משהס אַלזײַטיקער נבֿיאיִשער השׂגה.