אַ שטעטל אין דער קעטסקילס־געגנט, דער צפֿונדיקער טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, פֿאַרפֿלייצט נאָך דעם הוראַגאַן "אײַרין" |
Credit: Heather Tuey |
ניו־יאָרק. — לכל־הפּחות 41 מענטשן זענען אומגעקומען בעת דעם הוראַגאַן "אײַרין" אין עלף מיזרחדיקע אַמעריקאַנער שטאַטן: ניו־יאָרק, צפֿון־קאַראָלײַנע, ניו־דזשערזי, פּענסילוועניע, ווירדזשיניע, קאָנעטיקוט, פֿלאָרידע, דעלאַווער, ווערמאָנט, מאַסאַטשוסעטס און מערילענד.
די ייִנגסטע קרבנות פֿונעם הוראַגאַן זענען אַ 11־יעריק ייִנגל אינעם שטאַט ווירדזשיניע, וועלכער איז דערהרגט געוואָרן, ווען אַ בוים האָט דורכגעבראָכן דעם דאַך פֿון זײַן היים און אַרײַנגעפֿאַלן אינעווייניק, און אַ 15־יעריק מיידל, וועלכע איז אומגעקומען בעת אַן אויטאָ־אינצידענט אין צפֿון־קאַראָלײַנע צוליב די צעבראָכענע פֿאַרקער־סיגנאַלן.
ס׳רובֿ פֿון די טויט־אומגליקן זענען געשען צוליב אַראָפּגעפֿאַלענע ביימער, טראַנספּאָרט־אינצידענטן און פֿאַרפֿלייצונגען. הגם דער הוראַגאַן איז שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווען ער האָט זיך דערקליבן ביז ניו־יאָרק, האָט ער געבראַכט אַן ערנסטן היזק.
דער ניו־יאָרקער מעיאָר, מײַקל בלומבערג, האָט געהייסן צו עוואַקויִרן געוויסע דאָרפֿישע געגנטן, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע גרויסע ראַיאָנען פֿון ברוקלין, ווי ברײַטאָן ביטש, שיפּסהעד־ביי און פֿאַר ראָקאַוויי.
די אָרטאָדאָקסישע וועבזײַט "וואָס איז נײַעס" האָט פּובליקירט אַ ספּעציעלן אַרטיקל, וווּ עס ווערן דערקלערט פֿאַרשיידענע הלכה־פֿראַגעס וועגן דעם, ווי אַזוי מע זאָל היטן שבת בעת אַ הוראַגאַן. למשל, האָבן די מחברים באַטאָנט, אַז מע מעג זיך צוהערן צו אַ ראַדיאָ, אויב מע האָט עס אײַנגעשלאָסן פֿאַרן שבת. פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די דאָזיקע מאָסמיטלען, האָט די ניו־יאָרקער פֿרומע קהילה געליטן פֿון טראַגישע פֿאַרלוסטן.
ראָש־השנה און יום־כּיפּור זאָגן די ייִדן די תּפֿילה "ונתנה תּוקף", וועלכע אַנטהאַלט די ווערטער "מי במים ומי באש": "ווער עס וועט שטאַרבן אין וואַסער, און ווער — אין פֿײַער". די וואָך האָט די ניו־יאָרקער חרדישע קהילה געליטן פֿון צוויי אומגליק־פֿאַלן, בעת וועלכער ביידע טיילן פֿון דער דאָזיקער פֿראַזע זענען טאַקע מקוים געוואָרן אויף אַ גאַנץ שרעקלעכן, אומגעריכטן אופֿן. צווישן די זעקס אומגעקומענע אײַנוווינער פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק זענען געווען צוויי פֿרומע ייִדן, וועלכע האָבן אײַנגענומען אַ מיתה־משונה.
הרבֿ דוד־משה רײַכענבערג, אַ 50־יעריקער רבֿ פֿון ספּרינג־וואַלי — אַ באַקאַנטע ניו־יאָרקער חסידישע פֿאָרשטאָט — האָט מוסר־נפֿש געווען, כּדי צו ראַטעווען אַ 5־יעריק ייִגנל, וועלכער האָט באַקומען אַ סכּנותדיקן שאָק פֿון אַן עלעקטרישן דראָט.
נאָכן הוראַגאַן, איז הרבֿ יהודה הערבסט, דער טאַטע פֿונעם געליטענעם ייִנגל, אַרויסגעגאַנגען פֿון דער שטוב צו כאַפּן אַ שמועס מיט זײַן שכן, רײַכענבערג. הערבסטס 5־יעריקער זון, ראובֿן־דוד, האָט אָנגערירט דעם מעטאַלענעם צוים און באַקומען אַ געפֿערלעכן שאָק; אַ דראָט איז אַראָפּגעריסן געוואָרן פֿון אַן עלעקטרישן סלופּ בעת דעם שטורעם־ווינט און אַראָפּגעפֿאַלן אויפֿן צוים; דער עלעקטרישער שטראָם איז געוואָרן באַזונדערס סכּנותדיק צוליב די קאַלוזשעס.
דער טאַטע איז צוגעלאָפֿן צו זײַן זון און געפּרוּווט אים אַוועקצושלעפּן פֿונעם צוים; אַנשטאָט צו ראַטעווען דאָס קינד, האָט ער אָבער אַליין באַקומען אַ שאָק. דעם שכן, דוד־משה רײַכענבערג, האָט זיך אײַנגעגעבן אַוועקצושלעפּן דאָס ייִנגל פֿון דער טויטלעכער פּאַסטקע. דער דראָט האָט אָבער אָנגערירט רײַכענבערגס ברוסט און ער איז שאָקירט געוואָרן אויף טויט. די עדות האָבן איבערגעגעבן, אַז ווען זיי האָבן דערזען דעם אומגעקומענעם מאַן, האָט זײַן גוף ממש געברענט מיט אַ רויך. די ייִדישע אַמבולאַנס־דינסט "הצלה" האָט נישט געוווּסט וואָס צו טאָן, ביז די עלעקטריקער האָבן נישט אָפּגעהאַקט די עלעקטרישע סיסטעם אין די סלופּעס.
דאָס קינד איז שטאַרק פֿאַרוווּנדעט געוואָרן; ער האָט באַקומען ברי־וווּנדן פֿון דער דריטער מדרגה אויף 65 פּראָצענט פֿון זײַן גוף און געפֿינט זיך אין אַ קריטישן מצבֿ; באַלד נאָכן ברענגען דאָס ייִנגל אין שפּיטאָל, האָט מען געביטן זײַן נאָמען אויף חיים־דוד־ראובֿן.
זײַן טאַטע האָט בלויז אָפּגעבריט זײַן האַנט — אַדאַנק די גומענע שטיוול, וועלכע האָבן פֿאַרמינערט דעם קאָנטאַקט מיט דער נאַסער ערד. דוד־משה רײַכענבערגס לוויה איז דורכגעפֿירט געוואָרן זונטיק בײַנאַכט לעבן דער ישיבֿה "אור שׂמח", וווּ ער האָט זיך אַמאָל געלערנט. דער אומגעקומענער רבֿ האָט איבערלאָזט זײַן ווײַב מיט פֿיר קינדער; די קהילה האָט אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן פֿאָנד, כּדי צו העלפֿן דער משפּחה.
לאה שטערן, אַ 82־יעריקע חסידישע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָט געוווינט אין ברוקלין, דאָס ווײַב פֿונעם וויאַמסבורגער רבֿ מאיר שטערן און אַ שוועגערין פֿונעם סקולענער רבין, איז בעת דעם הוראַגאַן געווען אינעם דאָרף פֿלײַשמאַנס, אין דער קעטסקילס־געגנט אויף צפֿון פֿון ניו־יאָרק, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט דעם זומער. דאָס דאָרף איז באַקאַנט ווי אַ פּאָפּולערער חסידישער זומער־קוראָרט.
דער שטורמישער גאָסרעגן האָט צעשטערט דעם הילצערנעם בנין פֿונעם "וואַלקיריען־מאָטעל", וווּ זי איז אײַנגעשטאַנען און אַוועקגעוואַשן די אײַנוווינער. די פֿרוי האָט גערופֿן איר צו העלפֿן; איר מאַן האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם וואַסער־שטראָם, אָבער ער האָט נישט געקאָנט אָפּראַטעווען זײַן ווײַב.
די ראַטירער האָבן עוואַקויִרט די פֿאַרפֿלייצטע געגנט, ברענגענדיק די ניצול־געוואָרענע מענטשן אַרויף מיט העליקאָפּטערס. די פֿײַערלעשער, פּאָליציאַנטן און ראַטיר־בריגאַדעס האָבן געזוכט די געליטענע צופֿוס. נאָך עטלעכע שעה זוכענישן האָט מען געפֿונען די פֿרוי, אָבער ס׳איז געווען צו שפּעט: זי איז דערטרונקען געוואָרן בעת דער מעכטיקער פֿאַרפֿלייצונג.
אַ טייל זשורנאַליסטן האָבן מיטגעטיילט, אַז די אומגעקומענע האָט געהייסן ראָזאַליע גלוק. איר פֿולער ייִדישער נאָמען איז געווען, אין דער אמתן, לאה־רבֿקה שטערן־גלוק. יצחק אַבֿרהם, אַ חסידישער קהילה־טוער, האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו דער צײַטונג "דיילי ניוס", אַז די אומגעקומענע "האָט איבערגעלעבט היטלערן, אָבער נישט געקאָנט איבערלעבן אײַרין".
פֿון יואל מאַטוועיעוו, אויפֿן סמך פֿון דער אַמעריקאַנער מעדיאַ