|
אינעם ״ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט״, וואַרשע. רחל שטייט די ערשטע פֿון לינקס |
|
פֿאַראַיאָרן, האָב איך פֿיר חדשים געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף ענגליש אין דעם אַרכיוו פֿונעם "ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט" (יה״א) אין וואַרשע. כ׳בין געווען דאָרטן אַ דאַנק דער עמנואל רינגעלבלום-סטיפּענדיע, וואָס ווערט צוגעטיילט דורך דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישן עזבֿון אין פּוילן.
מײַן אַרבעט איז באַשטאַנען אין איבערזעצן דאָקומענטן און שרײַבן קיצורים אויף ענגליש. דער עיקר, האָב איך געהאַט צו טאָן מיט אַ קאָלעקציע דאָקומענטן, וואָס דער יה״א האָט געקראָגן פֿון אַ מענטשן אין בריסל. דעם מענטשנס פֿאָטער, באָריס שוסטער, איז געווען אַ קאָלעגע און פֿרײַנד פֿון בער מאַרק (1908 — 1966), דער דירעקטאָר פֿון יה״א זינט 1949 ביז זײַן פֿריצײַטיקן טויט.
ווען באָריס שוסטער איז געשטאָרבן, האָט זײַן זון געפֿונען צווישן דעם פֿאָטערס פּאַפּירן בריוו פֿון בער מאַרק און זײַן ווײַב, ווי אויך אַ סך אויסשניטן פֿון צײַטונגען. דאָס זײַנען געווען, דער עיקר, אַרטיקלען, נאָטיצן און נעקראָלאָגן, געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען נאָך בער מאַרקס טויט. די אויסשניטן זײַנען געווען נאָר אויף ייִדיש, אָבער די בריוו פֿון שוסטערס קאָלעקציע — אויף ייִדיש, פּויליש, פֿראַנצויזיש און העברעיִש.
פֿון די פֿראַנצויזישע בריוו האָט דער זון פֿאַרשטאַנען, אַז די רייד איז געגאַנגען וועגן בער מאַרק. האָט ער באַשלאָסן צו שיקן אַ בליצבריוו אין יה״א און געפֿרעגט, צי זיי וואָלטן געוואָלט נעמען אַזאַ קאָלעקציע. אַזוי איז זי אָנגעקומען קיין וואַרשע. אין יה״א האָט מען געוואַרט, אַז עמעצער זאָל זי באַאַרבעטן.
איך בין געקומען קיין וואַרשע אָנהייב סעפּטעמבער 2005. כ׳האָב געוווּסט זייער ווייניק וועגן דעם יה״א און נאָך ווינציקער וועגן בער מאַרק. ס׳איז געווען שווער צו אַרבעטן אויף דער קאָלעקציע, ווײַל די בריוו זײַנען געווען געשריבן מיט דער האַנט, און די אויסשניטן זײַנען געווען אָן דאַטעס. דערצו האָב איך ניט געוווּסט, וואָס איז וויכטיק פֿאַר די קיצורים און וואָס איז געווען ניט אַזוי וויכטיק.
כ׳האָב געפּרוּווט פֿאָרשן בער מאַרקס לעבן, כּדי צו פֿאַרשטיין בעסער מײַן פּראָיעקט. אָבער עס איז געווען שווער, ווײַל איך קען ניט די פּוילישע שפּראַך. נאָך פֿיר חדשים פֿון לעבן אין וואַרשע און נעמען קלאַסן פֿון פּויליש דרײַ מאָל אַ וואָך בײַם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, האָב איך זיך אויסגעלערנט, דאַכט זיך, נאָר אַ פּאָר ווערטער אויף פּויליש. דאָך, קען איך איצט בעסער דערקענען די סלאַווישע ווערטער אין ייִדיש. למשל, "פּרעזשעניצע" און "טשעמאָדאַן". קלאַסן פֿון ייִדיש בײַ דער פֿונדאַציע "שלום" האָבן מיר זייער געהאָלפֿן.
כ׳האָב אויך געפֿירט מײַן אייגענע פֿאָרשונג וועגן דרײַ ייִדישע שרײַבער: איציק מאַנגער, י. מ. ווײַסענבערג און י. באַשעוויס-זינגער. מיך האָט אינטערעסירט, ווי אַזוי זיי האָבן געשריבן וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט אין די שטעטלעך פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון דער צווישן-מלחמהדיקער תּקופֿה.
אין גאַנצן פֿיר חדשים האָב איך פֿאַרבראַכט אין וואַרשע, אָבער כ׳האָב געלערנט אַ סך. אפֿשר וועל איך ווידער אַ מאָל פֿאָרן קיין פּוילן. אָבער איידער איך טו עס, מוז איך זיך לערנען פּויליש.