אינעם ״ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט״, וואַרשע. רחל שטייט די ערשטע פֿון לינקס
פֿאַראַיאָרן, האָב איך פֿיר חדשים געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף ענגליש אין דעם אַרכיוו פֿונעם "ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט" (יה״א) אין וואַרשע. כ׳בין געווען דאָרטן אַ דאַנק דער עמנואל רינגעלבלום-סטיפּענדיע, וואָס ווערט צוגעטיילט דורך דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישן עזבֿון אין פּוילן.

מײַן אַרבעט איז באַשטאַנען אין איבערזעצן דאָקומענטן און שרײַבן קיצורים אויף ענגליש. דער עיקר, האָב איך געהאַט צו טאָן מיט אַ קאָלעקציע דאָקומענטן, וואָס דער יה״א האָט געקראָגן פֿון אַ מענטשן אין בריסל.