טײַערע חזנטע,
מײַנע טאַטע־מאַמע גטן זיך. איך בין 28 יאָר אַלט און האָב נישט געוווינט אין דער היים שוין צען יאָר; זינט איך בין אַוועק שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך האָב תּמיד געוווּסט, אַז זייער באַציִונג איז אַן אָנגעשטרענגטע, אָבער קיין אַנונג נישט געהאַט, אַז ס'איז אַזוי שלעכט. זיי זענען פֿאַרבליבן פֿרײַנדלעך צווישן זיך און האָבן צוגעזאָגט מײַן שוועסטער, צו קומען צוזאַמען אויף אַלע וויכטיקע משפּחה־אונטערנעמונגען. זיי האָבן אויך געזאָגט, אַז ווען מיר קומען אַהיים אויף די ימים־טובֿים, וועט מען פּראַווען צוזאַמען ווי אַ משפּחה.
זיי צעגייען זיך מיט יושר און שׂכל, און קיין השפּעה אויף מײַן טעגלעכן לעבן וועט דאָס נישט האָבן. פֿון דעסטוועגן, בין איך דערשלאָגן און ווייס נישט פֿאַר וואָס. פֿאַר וואָס וויין איך ווען איך קום אַהיים און געפֿין נישט מײַן טאַטן אין דער היים? פֿאַר וואָס בין איך אין כּעס, ווען זיי ווילן רעדן צו מיר, עלעהיי אַלץ איז נאָרמאַל? ווי זאָל איך ווײַטער אָנגיין מיטן לעבן?
אַזוי טרויעריק
טײַערע "אַזוי טרויעריק",
איר קלאָגט זיך נאָך אײַער טאַטע־מאַמעס צוזאַמענלעבן. איר קוקט צוריק אויף אַלטע זכרונות און טראַכט איצט, אַז אפֿשר איז נישט אַלץ געווען אַזוי שיין און גוט ווי איר האָט געמיינט. אײַער משפּחה וועט תּמיד בלײַבן אײַער משפּחה, אָבער די פֿאָרעם פֿון דער משפּחה בײַט זיך. אַוודאי, זענט איר דערשלאָגן און אין כּעס, און ס'איז גוט זיך אויסצודריקן וועגן די עמאָציעס מיט אײַער שוועסטער און עלטערן. זייער פּערספּעקטיוו וועט אײַך העלפֿן צו פֿאַרשטיין די סיטואַציע, איר זאָלט ווײַטער אָנגיין אינעם לעבן.
אַ גט קומט קיין מאָל נישט אָן לײַכט, אָבער אַזאַ גט, ווען די קינדער זענען שוין דערוואַקסענע, און טאַטע־מאַמע קענען זיך צוזאַמענקומען אויף די ימים־טובֿים, איז דער "בעסטער" גט. איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז איר האָט דאָס נישט גורם געווען און אַז איר קענט דאָס נישט פֿאַרריכטן. מע קען בלויז אָננעמען וואָס ס׳קומט פֿאָר און גיין ווײַטער.
טײַערע חזנטע,
מײַן נײַן־יאָריק טעכטערל קוקט אַלע מאָל אַרויס אויפֿן אָנהייב פֿונעם שול־זמן. דאָס יאָר, אָבער, איז איר שטאַרק אומעטיק. זי זאָגט כּסדר, אַז זי האָט פֿײַנט די שול און האָט דאָרט נישט קין חבֿרטעס; זי וויל בלײַבן אין דער היים. איך פּרוּוו זי צורעדן, אַז אַלע מאָל האָט זי ליב געהאַט צו גיין אין שול און האָט אַ סך חבֿרטעס. איך הייב נישט אָן צו פֿאַרשטיין, וואָס איז געשען מיט איר. וואָס זאָל איך טאָן?
פֿאַרזאָרגטע מאַמע
טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,
אײַער טאָכטער וויל אויסדריקן אַ געפֿיל, אָבער איר פֿאַרהאַקט איר די טיר, אַנשטאָט אַרויסצובאַקומען פֿון איר אַ לענגערן שמועס אויף דער טעמע. ווען זי זאָגט, אַז די האָט נישט קיין חבֿרטעס, און איר זאָגט, "ניין, דו האָסט יאָ", מײַדט דאָס אויס אין גאַנצן אירע געפֿילן. בעסער וואָלט געווען, ווען איר פֿרעגט זי: "ווער איז מער נישט דײַן חבֿרטע? וואָס איז געשען צווישן דיר און איר?" אַזוינע פֿראַגעס וועלן קענען דערפֿירן צו אַ לייזונג פֿון דער פּראָבלעם.
טײַערע חזנטע,
מײַן אייניקלס בר־מיצווה קומט פֿאָר אין אַ פּאָר וואָכן. דערווײַל האָט מען מיך נישט פֿאַרבעטן צו האָבן אַן עליה אין שיל. ס'איז נישט מײַן עסק, אָבער מיר דאַכט, אַז סע קומט מיר. זאָל איך בעטן בײַ מײַן טאָכטער אויף אַן עליה?
שטאָלצער זיידע
טײַערער שטאָלצער זיידע,
איר דאַרפֿט זאָגן דער טאָכטער, ווי וויכטיק אַן עליה וואָלט געווען פֿאַר אײַך בײַ דעם אייניקלס בר־מיצווה. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז זי וועט אײַך טיילן איינע, זי האָט פּשוט נאָך נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו רעדן מיט אײַך. מזל־טובֿ!
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024