מילאַן כערסאָנסקי איז אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿון ליטע, ווי אויך אויף דער ייִדישער גאַס איבער דער וועלט. לאַנגע יאָרן האָט ער אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער אין ווילנע, וואָס האָט מיט זײַנע טאַלאַנטירטע פֿאָרשטעלונגען געטראָגן דעם אויסגעבענקטן ייִדישן עולם אַ ייִדיש וואָרט און געזאַנג. זינט 1989 רעדאַגירט כערסאָנסקי די צײַטונג "ירושלים דליטא", וואָס פֿלעגט אַרויסגיין אויף פֿיר שפּראַכן: ייִדיש, ליטוויש, רוסיש און ענגליש, און זיך פֿאַרשפּרייטן אין צענדליקער לענדער. פֿון מערץ 2011 האָט די צײַטונג אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. מילאַן כערסאָנסקי איז אַן אַקטיווער טוער אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליטע.
ווילנע, ליטע, דעם 12טן סעפּטעמבער 2011
חשובֿער חבֿר יונתן ברענט:
עס שרײַבט אײַך אַ לעבן־געבליבענער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַ בירגער פֿון דער אומאָפּהענגיקער ליטווישער רעפּובליק, און הײַנט אַן אײַנוווינער פֿון דער שטאָט, וווּ ייִוו״אָ, דער ערשטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער אינסטיטוט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע, איז געגרינדעט געוואָרן.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכציק יאָר איז ייִוו״אָ אָנגעפֿירט געוואָרן פֿון די פּראָמינענטסטע אַקאַדעמיקער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, באַקאַנט סײַ פֿאַר זייער פֿאָרש־אַרבעט, סײַ פֿאַר זייער אויסערגעוויינטלעכער פֿעיִקייט צו אָרגאַניזאַציע־אַרבעט. זיי און זייערע נאָכגייער האָבן אויפֿגעהאַלטן דעם כּבֿוד און חשיבֿות פֿון ייִוו״אָ.
אַקוראַט פֿאַר דעם, ווי ס׳איז אויסגעבראָכן די מלחמה צווישן דײַטשלאַנד און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען איין חלק פֿון ייִוו״אָס פֿאַרמעגן איבערגעפֿירט קיין אַמעריקע; אַ צווייטן חלק האָבן די נאַציס צוגעגנבֿעט און איבערגעפֿירט קיין דײַטשלאַנד בעת דער אָקופּאַציע פֿון ליטע (נאָך דער מלחמה — געבראַכט קיין אַמעריקע); אַ ממושתדיקן טייל פֿון ייִוו״אָס אייגנטום איז חרובֿ געוואָרן אין ווילנע בעת דער מלחמה, און בלויז דער קלענסטער חלק איז געבליבן אין ליטע.
אין אַ געוויסן זינען איז ייִוו״אָס גורל אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם גורל פֿון די ליטווישע ייִדן: זייער ווייניק ייִדן וווינען נאָך אין ליטע. לויטן סאָוועטישן צענזוס־באַריכט פֿון 1959, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַשטאַנען פֿון 24,672 נפֿשות. לויטן צענזוס פֿון 2001, איז עס געווען 4,007. מיט אַנדערע ווערטער, במשך פֿון 52 יאָר איז די צאָל ייִדן געפֿאַלן אויף 84.1%.
ווי איר זעט אַליין, האָט מען נאָך דער מלחמה נישט געקאָנט ווידער אויפֿלעבן דעם ייִוו״אָ אין ווילנע, דערפֿאַר איז דער ניו־יאָרקער צווײַג געוואָרן אַ הויפּט־פֿאָרש־צענטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע; ווי אויך אַ פּרעכטיקער מאָנומענט לזכּרון אַ גאַנצן דור ייִדן, וואָס איז פֿאַרטיליקט געוואָרן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון ליטע און אַנדערע לענדער, און אין די אייראָפּעיִשע אומברענג־לאַגערן.
דאָס איז דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, מיט וועלכן איר פֿירט איצט אָן.
איך שרײַב אײַך דעם אָפֿענעם בריוו צוליב דעם, וואָס איר האָט פֿאַרבעטן דעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער, אַודראָניוס אַזשובאַליס, צו דער אונטערנעמונג לזכּרון די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן, דעם 22סטן סעפּטעמבער 2011, אין ניו־יאָרק.
דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט האָט אַזשובאַליס עפֿנטלעך געמאַכט אַן אַנטיסעמיטישן קאָמענטאַר. רעדנדיק וועגן אַ פֿאָרגעלייגטן געזעץ וועגן ליטווישער בירגערשאַפֿט, האָט אַזשובאַליס געזאָגט: "יעדער ווייסט ווער דאַרף דאָס געזעץ מער ווי אַלע אַנדערע." ער האָט דערנאָך געזאָגט, אַז די ייִדן וואָס שטאַמען פֿון ליטע פּרוּוון דורכפֿירן דאָס געזעץ, ווײַל — אַזוי טענהט ער — דערמיט האָפֿן זיי צוריקצובאַקומען זייער פֿאַרמעגן.
נעכטן: ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ליטע אין 1941, זענען אַ סך ליטווינער אײַנוווינער געוואָרן פֿרײַוויליקע קאָלאַבאָראַטאָרן |
הערנדיק אַזשובאַליס׳ ווערטער, האָט די ייִדישע קהילה פֿון ליטע זיך געוואָנדן צום ליטווישן פּרעזידענט, דאַליאַ גריבאַסקײַטע. די קהילה איז געווען שטאַרק באַזאָרגט וועגן דעם אַנטיסעמיטישן טאָן פֿונעם מיניסטערס קאָמענטאַר. "ירושלים ד׳ליטא", די צײַטונג וואָס די קהילה פּובליקירט, האָט אָפּגעדרוקט דעם טעקסט פֿונעם אַפּעל פֿון דער קהילה אויף ליטוויש, ענגליש און רוסיש (אין די נומערן 3 און 4 פֿון יאָר 2010, ז׳ 6). דער ליטווישער פּרעזידענט האָט איגנאָרירט דעם אַפּעל. דער אויסערן־מיניסטער האָט זיך נישט אַנטשולדיקט פֿאַר זײַנע ווערטער. ער האָט בלויז איבערגעגעבן דער מעדיאַ "פֿוילע תּירוצים".
צום באַדויערן, איז אַזשובאַליס׳ קאָמענטאַר נישט דער איינציקער באַווײַז פֿון די אַנטיסעמיטישע שטעלונגען אין ליטע זינט דער ליטווישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו דערקלערן דאָס יאָר 2011 ווי דאָס יאָר צו פֿאַרגעדענקען די קרבנות פֿון דעם חורבן אין ליטע.
אַ וואָך נאָך דעם ווי די רעזאָלוציע איז אָנגענומען געוואָרן, האָט דער פּאַרלאַמענט אָנגענומען אַ צווייטע רעזאָלוציע: צו דערקלערן דאָס יאָר 2011 ווי "דאָס יאָר צו פֿאַרגעדענקען די פֿאַרטיידיקונג פֿון פֿרײַהייט און גרויסע פֿאַרלוסטן". לכּבֿוד דער רעזאָלוציע פֿײַערט מען הײַיאָר דעם יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד פֿון די ווײַסע אָרעמבאַנד־טרעגער (די ליטווישע פּראָ־נאַצישע "פּאַרטיזאַנער" פֿון 1941). צווישן די ווײַסע אָרעמבאַנד־טרעגער זענען געווען אַ סך מענטשן, וואָס האָבן באַגזלנט און דערהרגעט ייִדן במשך פֿון די ערשטע שעהען פֿון דער מלחמה. זיי האָבן דערהרגעט ייִדן איבער גאַנץ ליטע. די ייִדן, וואָס די ווײַסע אָרעמבאַנד־טרעגער האָבן אומגעבראַכט אויף זייער אייגענער איניציאַטיוו, אָדער לויטן נאַצישן באַפֿעל, זענען געווען די אייגנטימער פֿון די פֿאַרמעגנס, וואָס מע מוז הײַנט אומקערן זייערע יורשים. טאַקע וועגן אָט די פֿאַרמעגנס האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַ מיטגליד פֿון דער "היימלאַנד־פֿאַרבאַנד — ליטוויש־קריסטלעכער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי" אינעם פּאַרלאַמענט, זיך געזאָרגט; נישט וועגן פֿאַרריכטן אַ היסטאָרישן אומיושר. איז ער דער איינציקער? צי האָט נישט אַ הויכער באַאַמטער פֿונעם יוסטיץ־מיניסטעריום פֿריִער געזאָגט: "צו ערשט, וועלן מיר אומקערן די פֿאַרמעגנס די ליטווינער, און דערנאָך די ייִדן"?
נישט געקוקט אויפֿן עפֿנטלעכן פּראָטעסט, האָט קאַזשימעראַס אואָקאַ, אויך אַ מיטגליד פֿון דער "היימלאַנד־פֿאַרבאַנד — ליטוויש־קריסטלעכער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי" אַרויסבאַקומען פֿונעם שטאָטראַט די דערלויבעניש ווידער אָפּצוהאַלטן דעם יערלעכן מאַרש פֿון די נעאָ־נאַציס פּאַזע דעם הויפּט־בולוואַר פֿון ווילנע. אויף ליטעס טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט האָבן מאַרשירט מער ווי 500 יונגע לײַט, האַלטנדיק אין די הענט טראַנספּאַראַנטן מיט נאַציסטישע און ראַסיסטישע סימבאָלן. מענטשן האָבן געטראָגן פּלאַקאַטן מיטן סימבאָל פֿון דער ראַסיסטישער אָרגאַניזאַציע "ווײַסע מאַכט" און אַ לאָזונג, געשריבן מיט גאָטישע אותיות, וואָס די נעאָ־נאַציס האָבן שטאַרק ליב. צווישן די וואָס האָבן זיך פֿרײַ באַטייליקט אינעם מאַרש זענען געווען נישט בלויז מיטגלידער פֿון דער ליטווישער אַרמיי, נאָר אַפֿילו ריקאַרדאַס צעקוטיס — אַ פֿאָרש־"ספּעציאַליסט" וואָס איז אַן אָנגעשטעלטער פֿונעם "ליטווישן פֿאָרש־צענטער פֿון גענאָציד און ווידערשטאַנד".
חבֿר ברענט, איר קענט זיך פֿאָרשטעלן וועמען די וואָלונטירן וועלן פֿאַרטיידיקן און וועלכן מין אַקאַדעמישע אַנטדעקונגען מיר קענען דערוואַרטן פֿון אַ מענטש, וואָס מאַרשירט אין אַ קאָלאָנע אין איינעם מיט נעאָ־נאַציס, און רופֿט אויס: "ליטע פֿאַר די ליטווינער"? ווען ער האָט געאַרבעט ווי דער אַסיסטענט פֿון אַ קאַנדידירנדיקער פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטין, האָט צעקוטיס דורכגעפֿירט איר וואַל־קאַמפּאַניע, ניצנדיק דעם לאָזונג: "אָן די בלאָע (דאָס הייסט, האָמאָסעקסואַליסטן), שוואַרצע, רויטע, און אָן אַ ציגײַנער־לאַגער." דעם קסענאָפֿאָבישן טאָן פֿון דעם לאָזונג דאַרף מען נישט פֿאַרטײַטשן.
אַ חודש פֿאַרן ווילנער מאַרש — דעם 16טן פֿעברואַר (די דאַטע ווען מע האָט אין 1918 אונטערגעשריבן די "אומאָפּהענגיקייט־אַקציע") — איז אַן ענלעכע מאַניפֿעסטאַציע פֿאָרגעקומען אין קאָוונע.
יעדעס יאָר לײַדן די ייִדישע בית־עולמס און דענקמעלער לזכּרון די מאַסן־שחיטות אָן אַ שיעור אַקטן פֿון וואַנדאַליזם. עד־היום האָט די פּאָליציי נישט געפֿונען קיין איינעם פֿון די וואַנדאַלן.
ס׳איז לעצטנס אַרויסגעקומען, אַז דער גענעראַל־פּראָקוראָר גרייט צו אַ נײַעם "לעגאַלן ענין"; דאָס מאָל — אין שײַכות מיט יוסף מלמד, אַן אָנגעזעענע פֿיגור און לעבן־געבליבענער פֿון חורבן, וואָס איז שוין יאָרן לאַנג דער פֿאָרזיצער פֿונעם "פֿאַרבאַנד פֿון ליטווישע ייִדן אין ישׂראל".
חשובֿער דירעקטאָר, איך מוז אײַך דערמאָנען, אַז דער ביוראָ פֿונעם גענעראַל־פּראָקוראָר האָט שוין דורכגעפֿירט ענלעכע קאַמפּאַניעס קעגן די געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין ווילנע — יצחק אַרד, פֿאַניע בראַנצאָווסקי און רחל מאַרגאָליס. דאָס האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן איבער דער וועלט פֿון פּראָמינענטע אַקאַדעמיקער און ספּעציאַליסטן אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווי אַ רעזולטאַט, האָט דער ביוראָ פֿונעם גענעראַל־פּראָקוראָר דערקלערט, אַז ער שטעלט אָפּ די אויספֿאָרשונג פֿון "פֿאַרברעכנס, באַגאַנגען בעת די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה מצד דעם ׳ווילנער׳ אָפּטייל פֿון די סאָוועטישע פּאַרטיזאַנער [...] צוליב דעם דוחק פֿון געזאַמלטע באַווײַז־מאַטעריאַלן".
אָפּשטעלן אַן ענין מיינט אָבער נישט שליסן אים. ס׳מיינט בלויז, אַז די פּראָקוראָרן האָבן דערווײַל אָפּגעשטעלט די אויספֿאָרשונג וואָס שייך די געוועזענע פּאַרטיזאַנער, אָבער זיי קאָנען ווידער עפֿענען די אויספֿאָרשונג ווען זיי ווילן, טאָמער באַווײַזן זיך "נײַע באַווײַז־מאַטעריאַלן".
הײַנט: אַ מאַרש פֿון נעאָ־נאַציס אין צענטער פֿון ווילנע, דעם 11טן מאַרץ 2011 |
איצט באַמיִען זיך די ליטווישע פּראָקוראָרן צו געפֿינען באַווײַזן, כּדי צוצוגעבן מלמדס נאָמען צו דער רשימה. דערווײַל נעמען זיי אָן די פּרעלימינאַרע שריט. ס׳איז מעגלעך, אַז זיי וועלן אין גיכן געפֿינען פּונקט אַזוינע "ממשותדיקע" באַווײַזן, ווי בײַ די פֿריִערדיקע אויספֿאָרשונגען.
ווען דער פּרעזידענט פֿון דער פֿעדעראַלער רעפּובליק פֿון דײַטשלאַנד האָט צוגעטיילט פֿאַניע בראַנצאָווסקי דעם "פֿעדעראַלן פֿאַרדינסט־קרייץ" (די העכסטע אויסצייכענונג אין לאַנד) אין 2009, האָט קעסטוטיס מאַסיוליס, אַ דעפּוטאַט פֿון דער "היימלאַנד־פֿאַרבאַנד — ליטווישער קריסטלעכער דעמאָקראַטן־פּאַרטיי" אינעם פּאַרלאַמענט, באַצייכנט די באַלוינונג ווי אַ דערנידעריקונג און באַליידיקונג פֿון די ליטווינער.
"מיר, די ליטווינער, זענען זייער סענסיטיוו אויף אַזוינע זאַכן — דער סאָוועטישער טעראָר־וווּנד בלוטיקט ווײַטער," האָט דער דעפּוטאַט דערקלערט. ער האָט אָבער נישט געגעבן צו פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט פֿאַניע בראַנצאָווסקיס אויסצייכענונג צו דעם "סאָוועטישן טעראָר־וווּנד".
מענטשן וואָס ווייסן נישט פֿאַר וואָס די ייִדן האָבן געמוזט אַליין נעמען געווער אין האַנט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, נייטיקן זיך אין אַ דערקלערונג. לויט די פֿאָדערונגען פֿון דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, האָט יעדער ייִד, סײַ מענער, סײַ פֿרויען, פֿון יעדן עלטער, סאָציאַלן סטאַטוס און פּאָליטישער שטעלונג, געדאַרפֿט מאַכן אַ באַשלוס: אָננעמען די "לעצט־גילטיקע לייזונג פֿון דער ייִדן־פֿראַגע" און וואַרטן געדולדיק אויף זייער טויט פֿון די הענט פֿון די נאַצישע מערדער און זייערע אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן, אָדער זיך באַוואָפֿענען און קעמפֿן מיט די אַנטי־היטלער־כּוחות קעגן די נאַציס, כּדי צו באַשיצן זייער אייגן לעבן און די לעבנס פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
חשובֿער דירעקטאָר, אין ליטע האָבן זיך געפֿונען 22 באַוואָפֿנטע פּאָליציי־באַטאַליאָנען, אויסגעשטאַט פֿון די נאַציס. זייער הויפּט־ציל איז געווען צו פֿאַרטיליקן די ייִדן אין די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, נישט נאָר אין ליטע, אָבער אויך אין אַנדערע לענדער, און אויסהרגענען די פּאַרטיזאַנער וואָס האָבן געקעמפֿט אויפֿן צד פֿון דער אַנטי־היטלער־קאָאַליציע.
דעם 27סטן יאַנואַר 2009, בעת אײַער וויזיט אין ווילנע, האָט איר אָפּגעהאַלטן אַ רעדע אויף אַן אונטערנעמונג לזכּרון די קרבנות פֿונעם חורבן. איך געדענק אײַערע ווערטער: "די פֿאַרגאַנגענהייט וואָס מיר באַשרײַבן דאָ איז דאָס סאַמע פֿינצטערע רעטעניש פֿון דער מענטשהייט."
איך בין נישט מסכּים מיט אײַך, אַז די פֿאַרגאַנגענהייט — דאָס הרגענען זעקס מיליאָן ייִדן בלויז ווײַל זיי זענען געווען ייִדן — איז אַ "פֿינצטערע רעטעניש". זייער מאָרד איז בכלל נישט קיין רעטעניש, און ס׳וואָלט גאָר נישט געווען אַזוי אויסטערליש, אַז עס זאָל פֿאָרקומען נאָך אַ חורבן, אויב געוויסע כּוחות (מיר דאַרפֿן נישט אָנגעבן זייערע נעמען) קריגן דערלויבעניש עס צו טאָן.
צי ווייסט איר נישט, אַז אין ליטע האָט מען קיין איינעם פֿון די נאַצישע קאָלאַבאָראַטאָרן נישט באַשטראָפֿט? די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט דעפּאָרטירט פֿערצן קאָלאַבאָראַטאָרן אין די 1990ער און 2000ער יאָרן. קיינער פֿון זיי איז נישט באַשטראָפֿט געוואָרן. צוליב פֿאַרשידענע סיבות, האָבן מער ווי צען מענטשן, פֿאַרדעכטיקט אין הרגענען ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿרײַוויליק זיך אומגעקערט אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע, און זענען אויך נישט באַשטראָפֿט געוואָרן.
נאָך מער: בעת דער רעהאַביליטאַציע פֿון די געליטענע פֿון סטאַלינס פּאָליטישע רעפּרעסיעס, אין די 1990ער, האָט מען רעהאַביליטירט און געגעבן אַ היפּשע פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציע פֿאַר האָבן געליטן אין סטאַלינס אַרבעט־לאַגערן — אויך די מענטשן, וואָס האָבן געשפּילט אַ דירעקטע ראָלע אין הרגענען ייִדן. שפּעטער, צוליב די פּראָטעסטן אין אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט מען אַנולירט די פּאָליטישע רעהאַביליטאַציע פֿון יענע מענטשן.
ווי אַ ליטווישער בירגער, שטערט עס מיר זייער, וואָס אַנטיסעמיטיזם עקזיסטירט נאָך אַלץ אין ליטע, ווי אויך סימפּאַטיע פֿאַר היטלער, נאַציזם און נאַצישע סימבאָלן. זוכט אין דער ליטווישער אינטערנעץ וועגן דער טעמע און איר וועט אַליין זען, צי דאָס וואָרט "ייִד" ווערט דערמאָנט אין אַן אַרטיקל, מאַכט נישט אויס וואָס די טעמע איז, וועט מען אין בלויז עטלעכע שעה געפֿינען הונדערטער, אויב נישט טויזנטער קאָמענטאַרן אויף דעם וואָרט — ס׳רובֿ פֿון זיי באַליידיקנדיקע, אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען. מע קען גרינג געפֿינען אולטראַ־נאַציאָנאַליסטישע און נאַציסטישע וועבזײַטן.
אין פֿאַרגלײַך מיט דעם אויבן־דערמאָנטן, זעט אַזשובאַליס׳ דערקלערונג אפֿשר אויס ווי בלויז אַ טראָפּן אינעם ים פֿון אַנטיסעמיטן, קסענאָפֿאָבן, און אַזוי ווײַטער. אָבער ווען דער אויסערן־מיניסטער דערקלערט בעת זײַן רעדע, אַז די ייִדן "דאַרפֿן דאָס בירגערשאַפֿט־געזעץ נאָך מער ווי אַלע אַנדערע", קלינגט עס נישט בלויז ווי אַ תּירוץ פֿאַר דעם שטאַטס אומווילן דורכצופֿירן דאָס געזעץ, אָבער אויך ווי אַ מוטיקונג פֿון אַנטיסעמיטישע געפֿילן אין ליטע.
לזכּרון די מער ווי 200,000 ליטווישע ייִדן וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן, בעט איך אײַך, צוריקצוציִען די פֿאַרבעטונג פֿונעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער זיך צו באַטייליקן אין דער הזכּרה־אונטערנעמונג. מיר, די שארית־הפּליטה, און די קומענדיקע דורות, טראָגן דאָס אַחריות צו פֿאַרזיכערן, אַז עס זאָל מער נישט פֿאָרקומען נאָך אַ חורבן — נישט קעגן די ייִדן און נישט קעגן קיין אַנדער פֿאָלק אויף דער וועלט.
אײַער, מילאַן כערסאָנסקי