ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט פֿריִער, ווערן אינעם חומש "שמות" — וואָס מיינט "נעמען" — כּסדר באַטראַכט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס. די עיקר־מאָטיוון פֿון יענעם טייל פֿון דער תּורה זענען יציאת־מצרים און די אַרבעט איבערן מישכּן, וואָס באַווײַזט, אַז אַחדות צווישן מענטשן לשם־שמים אַנטפּלעקט ג־טלעכקייט אינעם עולם־הזה. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון "שמות" ווערן איבערגעציילט יעקבֿ אָבֿינוס אייניקלעך, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון הונגער. אין דער זעלבער סדרה ווערן אויך באַטראַכט פֿאַרשיידענע נעמען פֿונעם באַשעפֿער, וועלכער אַנטפּלעקט זיך צו יעדן יחיד לויט זײַן פּערזענלעכן כאַראַקטער און גײַסטיקער מדרגה.
דער לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "שמות" איז די באַציִונג צווישן יחיד און רבים, צווישן דעם אייבערשטן און דעם אינדיווידועלן מענטש, צווישן דעם מנהיג און דעם געפֿירטן פֿאָלק. אין דער דריטער סדרה פֿונעם זעלבן טייל פֿון דער תּורה — "בא", וואָס מיינט "קום" — האָט דער אייבערשטער געהייסן משהן צו גיין פֿאָדערן בײַ פּרעהן, ער זאָל אַרויסלאָזן די ייִדן פֿון מצרים. צוויי יחידים האָבן זיך געטראָפֿן און געהאַט אַ שאַרפֿן שמועס וועגן דעם גורל פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן.
פּרעה האָט אויך געשאַצט, אויף זײַן שטייגער, יעדן באַזונדערן יחיד; אַנדערש, וואָלט ער זיך נישט געעקשנט אַזוי און וואָלט מסכּים געווען צו באַפֿרײַען די ייִדישע שקלאַפֿן. יעדער שקלאַף איז אָבער געווען פֿאַר אים בלויז אַ שטיקל בוי־מאַטעריאַל, אַ ציגל אין דער גרויסער פּיראַמידע פֿון זײַן מאַכט.
להיפּוך צום רישעותדיקן מיצרישן קיניג, האָט משה רבינו געשאַצט די אוניקאַלע מעלות פֿון יעדן מענטש ווי אַ באַזונדערע ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿון שקלאַפֿערײַ, האָט דער אייבערשטער איבערגעקערט די געזעצן פֿון דער נאַטור און באַשטראָפֿט די מיצרים מיט אויסטערלישע, משונהדיקע מכּות.
שפּעטער, בעת דער אַרבעט איבערן מישכּן, זעען מיר ווײַטער די מעלות פֿון יעדן יחיד: ווען בלויז איין ייִד וואָלט נישט אויסגעפֿירט אַפֿילו אַ קליינעם פּרט פֿון דער הייליקער עבֿודה, וואָלט אינעם מישכּן זיך נישט אַנטפּלעקט די הייליקע שכינה.
די באַציִונגען צווישן מענטשן, סײַ די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם, בלײַבן אין דער פּרשה "בא" אָנגעשטרענגט און ווערן אַנטפּלעקט דורך גרויסע ניסים. דערצו, האָט משה רבינו מסכּים געווען צו ווערן דער מנהיג פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק קעגן זײַן ווילן; ווי אַ באַשיידענער מענטש, האָט ער נישט געוואָלט פֿאַר זיך אַזאַ ראָלע.
איצט האַלטן מיר אינמיטן לייענען דעם לעצטן טייל פֿונעם חומש — "דבֿרים" — וואָס מיינט "זאַכן" אָדער "ווערטער"; אַזאַ נאָמען קלינגט אַ ביסל ענלעך צום חומש "שמות". אין קאָנטראַסט מיט יענעם טייל פֿון דער תּורה, וווּ עס ווערן כּסדר באַטראַכט סאָציאַלע קאָנפֿליקטן און קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די יחידים, האָט משה רבינו דערגרייכט אַ גאָר הויכע מדרגה פֿון השׂגה. אַלע זאַכן און ווערטער זענען פֿאַר אים געווען איין אַנטפּלעקונג פֿונעם ג־טלעכן ייִחוד.
ווען אַ קינד ווערט געבוירן, הייבט ער אָן צו ביסלעך פֿאַרשטיין, אַז ער לעבט אין אַ פֿילאַרטיקער וועלט, וואָס זעט צומאָל אויס צו קאָמפּליצירט און סתּירותדיק. אינעם פֿריִיִקן שטאַפּל פֿונעם לעבן איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין, אַז די וועלט איז פֿול מיט קשיות און פּאַראַדאָקסן. שפּעטער, ווען מע ווערט קליגער און געניטער, הייבט מען אָבער אָן זען, אַז הינטער אַלע סתּירות באַהאַלט זיך דאָס וווּנדערלעכע אַחדות פֿונעם אוניווערס. אַדרבה, העלפֿט דער כאַאָס און די פּאַראַדאָקסן אָפֿט צו דערזען בעסער און טיפֿער דאָס אינערלעכע ג־טלעכע אַחדות פֿון דער וועלט.
אַ צאָל באַקאַנטע פֿילאָסאָפֿן האָבן באַטאָנט, אַז די האַרמאָניע פֿון דער וועלט, וואָס דרייט זיך ווי אַ גענויער זייגער, ווײַזט אָן אויפֿן רבונו־של־עולם. אַ זייגער קאָן זײַן טאַקע שיין, אָבער ס׳איז אַ טויטע זאַך, וואָס דערמאָנט אינעם זייגערמאַכער, אָבער האָט נישט מיט אים קיין שטענדיקע דירעקטע פֿאַרבינדונג.
די פּאַראַדאָקסישע, כאַאָטישע וועלט, וווּ מע קאָן נישט פֿאָרויסזאָגן, וואָס וועט זײַן מאָרגן און וווּ עס בלײַבן תּמיד סתּירות און רעטענישן, איז אָבער שטענדיק פֿאַרבונדן מיטן באַשעפֿער און קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט אַ זייגער, וואָס אַ מענטש זעט אין אַ חלום, ווי אַ טייל פֿון זײַן אייגענעם דמיון. ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים, באַשטייט די וועלט פֿונעם אייבערשטנס דיבור.
מיר לעבן אינמיטן אַ ג־טלעכן טעקסט אָדער אַ "חלום", און מיר זענען אַליין אַ טייל דערפֿון. אונדזערע ווערטער, געפֿילן און געדאַנקען זענען בעצם ג־טלעך — הגם, געוויינטלעך, זענען מיר נישט בכּוח דאָס צו פֿאַרשטיין. אַ זייגער, וואָס אַ מענטש זעט אין אַ חלום, פֿאַרשטייט אויך נישט, אַז ער איז נישט אַ זאַך פֿאַר זיך, נאָר אַן אָרגאַנישער טייל פֿונעם חלום־"מאַטריקס".
דאָס וואָרט "דבֿרים" מיינט סײַ ווערטער, סײַ זאַכן. אַזוי ווי אַ קאָמפּיוטער־שפּיל, וווּ אַלע אָביעקטן זענען בלויז אַ טייל פֿון אַ פּראָגראַם, שטעלט די גאַנצע וועלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן אינטעראַקטיוון ג־טלעכן טעקסט.
דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "כּי תבֿוא", איז ענלעך אויף דער דערמאָנטער פּרשת "בא". אין פֿאַרגלײַך מיט יציאת־מצרים, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם אָנהייב פֿון משה רבינוס מיסיע, גייט דאָ אַ רייד וועגן די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן, ווען ער האָט שוין משׂיג געווען דעם ג־טלעכן ייִחוד פֿון אַלץ.
"כּי תבֿוא אל האָרץ" — ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש צו אַ כּהן, כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און געבראַכט זיי אינעם "לאַנד פֿול מיט מילך און האָניק". די ייִדן פֿלעגן ברענגען אינעם בית־המיקדש די ביכּורים — די ערשטע פּירות פֿון דער גערעטעניש — צו אַ כּהן אינעם בית־המיקדש, כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער.
די גערעטעניש איז נישט אַ זייגער, וואָס דרייט זיך יעדן טאָג אויפֿן זעלבן קרײַז. מע קאָן נישט פֿאָרויסזאָגן פּינקטלעך פֿון פֿריִער, וויפֿל פּירות וועלן אויסוואַקסן אין אַ פֿעלד. אַדרבה, דווקא די כאַאָטישקייט פֿון דער נאַטור דינט דאָ ווי אַ סיבה פֿון אַ ספּעציעלער שׂימחה־של־מיצווה.
ווײַטער, ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערקלערט אַ וויכטיקע, אַקטועלע מיצווה: "בהלכתּ בדרכיו" — אַז מע זאָל תּמיד גיין אויף דעם אייבערשטנס וועגן. נישט תּמיד קאָן מען אַלץ אויסמעסטן לויטן "זייגער"; ס׳איז כּדאַי זיך צומאָל צו פֿאַרלאָזן אויף ג־טס כאַאָטישן באַראָט, כּדי צו דערגרייכן דעם תּכלית אינעם לעבן.