|
די גימנאַזיסטן האָבן זיך אויסגעשטעלט לכּבֿוד יום־העצמאות, בײַם בנין פֿון דער שול, 2011 |
|
און ווי אַלץ וואָס האָט אַ סוף, איז אויך דאָ אַן אָנהייב. טאָ לאָמיר דערציילן אַ ביסעלע די געשיכטע פֿון דער י. ל. פּרץ־שול אין מעקסיקע, ווען און ווי אַזוי זי איז אויפֿגעקומען און וואָס עס איז געשען מיט איר במשך פֿון אירע 61 יאָר לעבן.
אין מעקסיקע זײַנען דאַן געווען דרײַ ייִדישע שולן: "תּרבות", יבֿנה" און "די ייִדישע שול". אַלע דרײַ זײַנען געווען טאָגשולן וווּ אַלע אַלגעמיינע לימודים ווערן געלערנט אין שפּאַניש; דערצו האָט מען געהאַט די ייִדישע לימודים. אין "דער ייִדישער שול" האָט מען געלערנט אויך ייִדיש און העברעיִש און אַזוי אויך אין דער "יבֿנה"־שול; אין דער "תּרבות"־שול — בלויז העברעיִש. אין די אַלע שולן האָט מען געלערנט, און מען לערנט אַזוי אויך איצט, פֿון קינדער־גאָרטן ביזן פֿאַרענדיקן די "פּרעפּאַראַטאָריע" — דער עקוויוואַלענט פֿון מיטלשול/גימנאַזיום.
די דאָזיקע שולן ווערן אָנערקענט פֿון דער מעקסיקאַנער רעגירונג, אָבער ווערן נישט געשטיצט פֿון איר פֿינאַנציעל. זיי האַלטן זיך אויס פֿון שׂכר־לימוד און נדבֿות.
ס’איז געווען דאָס יאָר 1949. אַבֿרהם גאָלאָמב איז דאַן געווען דער דירעקטאָר אין "דער ייִדישער שולע". נאָר וואָס איז פֿאַרווירקלעכט געוואָרן דער חלום פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — אַ ייִדישע מדינה. נאָר וואָס האָט מען זיך אויך דערוווּסט דעם שרעקלעכן אמת פֿון דעם אומקום פֿון די 6 מיליאָן ייִדן. די געפֿילן פֿון צער און ווייטיק פֿון גרויסן פֿאַרלוסט זײַנען געווען געמישט מיט די געפֿילן פֿון פֿרייד און שטאָלץ פֿונעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה. די נערוון זײַנען געווען אָנגעשטרענגט בײַ די לערערס, ווי בײַ אַלע באַוווּסטזיניקע ייִדן און דאָס געפֿיל פֿון נאַציאָנאַליזם פֿאַרשטאַרקט.
גאָלאָמב איז ווי שטענדיק — אויסגעהאַלטן — און וועט זיך ניט בייגן לויט די נײַע ווינטן וואָס בלאָזן איצט. ער האַלט נישט פֿון לערנען העברעיִש לויט דער הבֿרה ספֿרדית, ווי עס איז די רעדשפּראַך אין ישׂראל. ער זאָגט, צווישן אַנדערע בײַשפּילן: "אָט נעמט למשל אַזאַ וואָרט ווי 'בטחון’: בטחון לויט דער הבֿרה אַשכּנזית איז אַ גאַנצער לעבנס־באַגריף — 'אַ ייִד האָט בטחון’ — איין קלייניקייט!"
גאָלאָמב דערלויבט נישט אַרײַנצוברענגען די פּושקעס פֿון קרן־קימת אין דער שול, ווײַל דאָס איז פּאָליטיק. ער וויל מ’זאָל לערנען דעם תּנ״ך אויף ייִדיש, און נאָך און נאָך אַזעלכע אײַנשטעלונגען זײַנע.
עס ווערן אַלץ ערנסטער די קאָנפֿליקטן צווישן דעם דירעקטאָר און אַ טייל לערער. פֿילנדיק, אַז אַזוי קען מען נישט אָנגיין ווײַטער מיט דער אַרבעט, פֿאַרלאָזן די שול אַבֿרהם גאָלאָמב, רבֿקה גאָלאָמב, יוסף ראָטענבערג, לייבל באַיאָן און וועלע זאַבלודאָווסקי. ס’איז סוף 1949. די גרופּע לערער בלײַבן אָן אַרבעט און אין שטאָט ברעכט אויס אַ סקאַנדאַל — די וואָס האַלטן מיט גאָלאָמבן און די וואָס זײַנען קעגן אים. און דאָ שאַפֿט זיך אַ קליינע גרופּע עלטערן, פֿון אַלע פּאָליטישע באַוועגונגען — בונדיסטן, ציוניסטן, און ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר וואָס פֿאַרגעטערן גאָלאָמבן. מען פֿאַרנעמט זיך צו שאַפֿן אַ נײַע שול. מען זוכט אַ לאָקאַל. לערער זײַנען דאָ, תּלמידים נאָך נישט, אָבער זיי וועלן אויך זײַן. אינטערעסאַנט, אַז די צוויי ייִדישע טאָגצײַטונגען וואָס האָבן דאַן עקזיסטירט, "דער וועג", און "די שטימע" בויקאָטירן די גרופּע בונטאַרן און דערלאָזן נישט אין זייערע צײַטונגען קיין שום נאָטיצן. אַלץ קומט פֿאָר בעל־פּה אָדער דורכן טעלעפֿאָן. און לסוף געפֿינט מען אַ פּאַסיקן לאָקאַל — אויף דער שענסטער גאַס פֿון שטאָט — אַ הויז, אַ פּאַלאַץ, מיט גענוג צימערן וואָס מ’קען פֿאַרוואַנדלען אין אַ שול. מיט די לעגאַלע ענינים פֿאַרנעמט זיך דער באַקאַנטער און באַליבטער טובֿיה מײַזעל.
און אַזוי — אומגלייבלעך, איז דעם 5טן פֿעברואַר 1950, דערעפֿנט געוואָרן "די נײַע ייִדישע שולע", מיט 86 תּלמידים, פֿון קינדער־גאָרטן ביזן ערשטן קלאַס מיטלשול.
דרײַ יאָר שפּעטער, אין 1953, באַשליסט די שולע צוגעבן דעם נאָמען פֿון גרויסן קלאַסיקער יצחק־לייבוש פּרץ. די שול הייסט איצט — "נײַע ייִדישע י. ל. פּרץ־שול". טשיקאַווע איז וואָס די אַלע יאָרן, די איבער 60 יאָר, איז די שולע באַקאַנט ווי "די נײַע".
אין עטלעכע יאָר אַרום, ווען דער גרויסער "פּאַלאַץ" ווערט צו קליין, ווײַל עס קומען כּסדר צו נײַע תּלמידים, ציט זיך די שול אַריבער אין אַן אייגענעם בנין, מיט גענוג פּלאַץ און נאָענט פֿון ייִדישן ספּאָרט־צענטער וווּ כּמעט אַלע ייִדן זײַנען מיטגלידער.
אינטערעסאַנט איז דער צונויפֿשטעל פֿון דער ערשטער פֿאַרוואַלטונג: יונגע עלטערן האָבן זיך געשטעלט אין דער אָנפֿירונג פֿון דער שול, צוזאַמען מיט אַ גרופּע עלטערע בונדיסטן און ציוניסטן. אַלע מיטן תּנאַי, אַז די שול ווערט געפֿירט אָן קיין שום פּאָליטיק. זי גיט זיך אָפּ בלויז און דורכויס מיט דערציִונג. דער איינציקער "איזם" וואָס אין איר וועט עקזיסטירן איז ייִדישיזם, אָדער ווי גאָלאָמב האָט עס באַצייכנט — אינטעגראַלע ייִדישקייט. ייִדיש און העברעיִש וועלן זײַן גלײַכע שותּפֿים און צוזאַמען אײַנפֿלאַנצן אין די קינדער ייִדישע ווערטן, ייִדישע מאָראַל און עטיק.
|
די קינדער אין ערשטן קלאַס לערנען זיך ייִדיש |
|
און די צײַט שטייט ניט אויף איין אָרט — די יאָרן גייען און עס קומען פֿאָר נאַטירלעכע און נאָרמאַלע ענדערונגען: אין 1963 פֿאַרלאָזן די גאָלאָמבס די שול און דאָס לאַנד. זיי קלײַבן זיך איבער קיין לאָס־אַנדזשעלעס וווּ זייער איינציקער זון, בערל, וווינט. די לערער באַיאָן און ראָטענבערג פּענסיאָנירן זיך. עס נעמען איבער די אַרבעט יונגע לערערקעס, אַביטוריענטן פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר אין מעקסיקע. די אָנפֿירונג פֿון דער שול נעמען איבער יונגע עלטערן, וואָס אויב אַ טייל פֿון זיי זײַנען פֿריִער געווען ווײַט פֿון ייִדיש, האָבן זיי זיך "אָנגעשטעקט" פֿון אונדז, וועטעראַנען, און האָבן, ווי מיר, אויפֿגעהאַלטן ניט בלויז דאָס לשון, נאָר די קולטור וואָס גייט צוזאַמען מיט דער שפּראַך.
און די שול וואַקסט און איר גוטער שם וואַקסט. אַזוי, ביז אַן ערך מיט אַ 15 יאָר צוריק, ווען מיר האָבן אָנגעהויבן פֿילן אַז עפּעס קומט דאָ פֿאָר: מיר האָבן אָנגעהויבן פֿאַרלירן קינדער; אַנשטאָט עס זאָל מיט יעדן יאָר ווערן מער תּלמידים הייבט אָן ווערן ווייניקער. שרײַבן מיר עס צו צו דעם וואָס די געגנט וווּ די שול געפֿינט זיך האָט זיך געביטן; עס איז מער נישט די גוטע געגנט וואָס ס’איז אַמאָל געווען. הייבט מען אָן קלערן אַז מ’דאַרף בויען אַ נײַע שול. מיט גרויס אָנשטרענגונג, מיט גרויסע געלטער וואָס מיר פֿאַרמאָגן נישט, מיט גרויסע פּלענער און גרויס ענטוזיאַזם הייבט מען אָן מאַכן פּלענער אויף זיך אַריבערציִען אין אַ נײַער געגנט און אפֿשר, משנה־מקום משנה־מזל, וועט אונדז גאָט העלפֿן. און מיט 6 יאָר צוריק האָט די "נײַע" זיך אַריבערגעקליבן אין אַ פּרעכטיקן נײַעם בנין, אין אַ נײַער געגנט פֿון שטאָט, וווּ עס וווינען יונגע פּאָרלעך מיט קליינע קינדער. נאָר ווײַזט אויס, אַז מיר האָבן געמאַכט דעם חשבון אָן דעם באַלעבאָס; קיין נײַע קינדער זײַנען נישט צוגעקומען, און מיט יעדן יאָר איז די צאָל תּלמידים געוואָרן אַלץ קלענער, ביז מיר זײַנען געווען ממש געצוווּנגען צו פֿאַרמאַכן די שול.
וואָס דאָ איז געשען, ווייס איך נישט. אפֿשר דאַרפֿן מיר אַ גוטן פּסיכאָלאָג ער זאָל אונדז אַרויסהעלפֿן, אפֿשר איז דאָ פֿאָרגעקומען אַזאַ פֿענאָמען וואָס הייסט "מאָדע" און אונדזער שול איז נישט מער אין דער מאָדע. אפֿשר האָט זיך געענדערט די יוגנט און ס’איז אַ סאָציאַלער אַספּעקט. איך ווייס אָבער יאָ, וויפֿל געזונט עס האָט אונדז געקאָסט שליסן די טיר פֿון אַ ייִדישער שול, נאָך איבער 60 יאָר עקזיסטענץ. איך ווייס אויך, אַז ס’איז נישט נאָר דער פֿאַרלוסט פֿאַר דער אַשכּנזישער קהילה אין דער שטאָט מעקסיקע. ווײַל ווי ווייניק תּלמידים מיר האָבן געהאַט, און אויפֿן פּריפּעטשיק האָט קוים געברענט אַ קליין פֿײַערל, האָבן מיר בכּוח אים אויפֿגעהאַלטן און נישט דערלאָזט ער זאָל, חלילה, פֿאַרלאָשן ווערן אין גאַנצן.
וועלע זאַבלודאָווסקי