שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך לערן זיך אין אַ ראַבינער־סעמינאַר און האָב אַ פּראָבלעם בײַם באַלאַנסירן דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן מיט דער שול־אַרבעט. מײַן לײַדנשאַפֿט איז ייִדישקייט און איך וויל זיך אויסצייכענען אין שול. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ מיידל, וועלכע לערנט זיך נישט מיט מיר אין סעמינאַר, און ווען זי קלינגט מיר אָן, סתּם אַזוי, און פֿרעגט, צי מיר קענען זיך טרעפֿן, טוט מיר וויי דאָס האַרץ ווען איך דאַרף איר אָפּזאָגן, ווײַל איך ווייס, אַז איך דאַרף שטודירן. דערצו האָב איך מורא, אַז זי וועט ווערן אין כּעס. וואָס זאָל איך טאָן?

ראַבינער־סטודענט


טײַערער ראַבינער־סטודענט,

אויב די באַציִונגען צווישן אײַך איז כּדאַי אָנצוהאַלטן, וועט איר ביידע, כ׳בין זיכער, שוין אויסאַרבעטן אַ לייזונג. רעדט מיט דעם מיידל און זאָגט איר, אַז איר האָט ליב צו פֿאַרברענגען מיט איר, און אַז איר ווילט זי נישט אַנטוישן, ווען איר דאַרפֿט, בלײַבן אין סעמינאַר און אַרבעטן. איר דאַרפֿט זײַן זיכער, אַז זי פֿאַרשטייט פֿאַר וואָס איר האָט נישט אַזוי פֿיל צײַט צו פֿאַרברענגען מחוץ דער שול.

איר, פֿון אײַער זײַט, דאַרפֿט זיך באַמיִען צו פֿאַרענדיקן די שול־אַרבעט אַ ביסל פֿריִער, כּדי איר זאָלט יאָ האָבן צײַט צו זײַן אין איינעם. אויב זי פֿאַרבעט אײַך אין דער לעצטער מינוט אויף אַ וועטשערע, אפֿשר קענט איר פֿאָרן, אויב איר וועט זײַן צוריק גענוג פֿרי צו פֿאַרענדיקן די שול־אַרבעט. אויב איר מוזט איר אָפּזאָגן, קענט איר אפֿשר אַריבערטראָגן דאָס באַגעגעניש אויף אַן אַנדער צײַט, זי זאָל וויסן, אַז איר האָט יאָ חשק צו זײַן אין איינעם. אויב זי איז גענוג וויכטיק אין אײַער לעבן, וועט איר ביידע געפֿינען אַ וועג זיך צוצופּאַסן איינער צום אַנדערן. זאָל זײַן מיט גליק!


טײַערע חזנטע,

זאָל איך טאָן תּשובֿה יום־כּיפּור פֿאַר די זינד וואָס כ׳בין נאָך דערווײַל נישט באַגאַנגען? וועל נאָך אַמאָל טאָן? למשל, איך האַלט נישט קיין כּשרות. איך האָב אַמאָל געטראַכט פֿון האַלטן כּשרות, און שוין עטלעכע יאָר וואָס איך האָב אויפֿגעהערט עסן שינקע און בייקאָן. אָבער צו האַלטן כּשרות בין איך נאָך נישט גרייט!. איך פֿיל זיך שולדיק וועגן דעם, און איך וויל זאָגן דעם אייבערשטן, אַז איך האָב חרטה, וואָס איך האַלט זיך נישט בײַ זײַנע דינים. אָבער איך טראַכט, צי ס׳איז אומפּאַסיק צו טאָן תּשובֿה, אויב מע ווייסט, אַז מע וועט ווײַטער זינדיקן מיטן זעלבן חטא. ווי האַלט איר?

טריף־עסער


טײַערער טריף־עסער,

קיינער קען אײַך נישט עצהן, ווי אַזוי איר זאָלט רעדן מיט גאָט. אויב איר ווילט זאָגן דעם רבונו־של־עולם, אַז איר האָט חרטה וואָס איר עסט טרפֿות, און איר זאָגט דעם אמת, טאָ פֿאַר וואָס נישט? וויכטיק איז, אַז אײַערע געפֿילן וועגן דעם ענין זאָלן זײַן אויפֿריכטיקע. אמתע תּשובֿה הייסט, צו געבן אַ נדר, אַז איר וועט מער נישט זינדיקן מיט דעם וואָס איר האָט חרטה. דעריבער וואָלט איך דאָס, וואָס איר ווילט טאָן, נישט אָנגערופֿן תּשובֿה. אָבער יום־כּיפּור קען מען, פֿון דעסטוועגן, אויסדריקן די געפֿילן. איך לייג פֿאָר, אַז כּדי די "תּשובֿה" זאָל זײַן אַן אמתע, זאָלט איר ווייניקער עסן טריפֿס אינעם נײַעם יאָר. לשנה טובֿה תּכּתבֿו!


טײַערע חזנטע,

ימים־נוראָים פֿאַרברענגט מען צו לאַנג אין שיל. פֿאַר מײַנע נערוון איז עס שווער אויסצוהאַלטן. איך האָב באמת הנאה צו זײַן אין שיל און האָב ליב צו דאַווענען, אָבער איך קען נישט אײַנזיצן אַזוי לאַנג. קענט איר מיר עפּעס פֿאָרלייגן?

אַ דאַווענער אויף שפּילקעס


טײַערער דאַווענער אויף שפּילקעס,

זעצט זיך בײַם עק פֿון אַ באַנק, און ווען איר דאַרפֿט, גייט אַרויס אויף אַ שפּאַציר אין גאַס אָדער נאָך אַ טרונק וואַסער, אָדער שטייט אין אַ ווינקל און שפּאַנט אַרום. ווער זאָגט, אַז מע דאַרף זיצן, כּדי צו דאַווענען?

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024