פֿונעם אייביקן קוואַל

די פֿאָריקע צוויי וואָכן האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסצורייניקן די נשמה בעת דער יום־כּיפּורדיקער דערהויבענער עבֿודת־התּשובֿה און אַראָפּצוברענגען דעם דבֿקות־מצבֿ אינעם טאָגטעגלעכן לעבן בעת די סוכּות־טעג, ווען אונדזערע געוויינטלעכע מעשׂים בעת דעם זיצן אין דער סוכּה ווערן פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות.

זיצנדיק אונטער דעם סכך, אַרומגערינגלט מיט די סוכּה־ווענט, פֿילן מיר די נאָענטקייט פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס שײַנט אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ הייסט "סוכּות", אין מערצאָל, ווײַל ער סימבאָליזירט אונדזער שטרעבן גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַריערן און אַרויפֿצוקוקן אויפֿן "הימל" — אינעם ג־טלעכן עצם פֿון דער וועלט און דער מענטשלעכער נשמה.

מיר לעבן אין דער גרויסער "סוכּה" פֿון דער וועלט. הגם דער הײַנטיקער צעבראָכענער מצבֿ פֿונעם מענטשלעכן לעבן הייסט "סוכּת־דוד הנופֿלת" — "די פֿאַלנדיקע סוכּה פֿון דוד־המלך" — קענען מיר פֿאָרט זען, אַז הינטער די ווענט פֿונעם גלות באַהאַלט זיך דאָס גאולה־ליכט, אויב מיר שטרעבן אַרויפֿצוקוקן איבער דעם "סכך" פֿון עולם־הזה. אַדרבה, זענען די גרענעצן פֿון גשמיות אויך ג־טלעך, ווען די פּשוטע מאַטעריעלע זאַכן דינען ווי אַ טיר צו העכערע מדרגות.

אין אונדזער אינערלעכער וועלט זענען פֿאַראַן אויך פֿאַרשיידענע "סוכּות". דאָס ג־טלעכע ליכט שײַנט אויף אונדז דורך די "לעכער" פֿון אונדזער אומבאַוווּסטזיניקייט. ווען מיר דערגרייכן אַ העכערע מדרגה פֿון השׂגה, ווײַזט זיך פֿאַר אונדז אַ נײַער האָריזאָנט, הינטער וועלכן דאָס ליכט פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף שײַנט נאָך שטאַרקער.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע יום־טובֿים, וועלכע ווערן געפּראַוועט אויך במשך פֿון צוויי טעג, ווערט אונדזער הײַנטיקער יום־טובֿ אָנגערופֿן מיט צוויי פֿאַרשיידענע נעמען: שמיני־עצרת און שׂימחת־תּורה. אַן אינטערעסאַנטע באַזונדערקייט פֿון די איצטיקע יום־טובֿדיקע טעג באַשטייט אין דעם, וואָס שמיני־עצרת ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי "אַ שטיקל סוכּות". אין אַ סך ייִדישע קהילות מאַכט מען קידוש און מע עסט נאָך אַלץ אין דער סוכּה, הגם קיין ספּעציעלע ברכה זאָגט מען נישט דערויף.

די חב״ד־חסידים טרינקען אַפֿילו נישט קיין וואַסער מחוץ דער סוכּה ביזן סוף פֿון שמיני־עצרת. דער דאָזיקער יום־טובֿ ווערט אויך באַטראַכט ווי אַן אומפֿאָרמעלער אַכטער טאָג פֿון סוכּות, וואָס שײַך די אושפּיזין — די גײַסטיקע געסט, וועלכע באַזוכן אונדז במשך פֿון די סוכּותדיקע טעג. די אושפּיזין קאָנען באַטראַכט ווערן ווי די נשמות פֿון די ייִדישע אָבֿות, וועלכע זענען משפּיע אויף אונדז פֿון יענער וועלט, אָדער ווי רמזים אויף די ספֿירות — פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג.

אַזוי צי אַזוי, שטייט אין די חסידישע ספֿרים, אַז ווען מיר זיצן אין דער סוכּה שמיני־עצרת, קומט צו אונדז צו גאַסט שלמה־המלך, וועלכער ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער ספֿירת־הבינה — ווי אַ מין סך־הכּל פֿון די זיבן סוכּותדיקע טעג, ווען עס ווערן אַנטפּלעקט די עמאָציאָנעלע ספֿירות פֿון מלכות ביז חסד.

פֿון דער צווייטער זײַט, טאַנצן מיר אין שיל בײַ די הקפֿות ביידע טעג — שמיני־עצרת און שׂימחת־תּורה. דערפֿאַר טראָגט שמיני־עצרת אין זיך דעם גײַסט פֿון ביידע יום־טובֿים און דינט ווי אַ פֿאַרבינדונג־שטאַפּל צווישן סוכּות און שׂימחת־תּורה.

דער צווייטער טאָג פֿונעם הײַנטיקן יום־טובֿ האָט אַן אינטערעסאַנטן נאָמען, וואָס קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי דער טאָג, ווען די תּורה אַליין פֿרייט זיך מיט די ייִדן. אין אַ טייל ייִדישע קהילות — בתוכם די ליובאַוויטשער און אַנדערע חסידים — איז פֿאַראַן אַ מינהג צו טרינקען שׂימחת־תּורה בײַ די הקפֿות, ביז מע ווערט אַזוי שיכּור ווי בײַ דער פּורים־סעודה. די ענלעכקייט צו פּורים איז נישט קיין צופֿאַל; די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז יום־כּיפּור איז, אין געוויסע אַספּעקטן, ענלעך צו פּורים. דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "יום־כּפּורים" — בוכשטעבלעך, "דער טאָג אַזוי ווי פּורים".

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט צוויי וואָכן צוריק, ווערט במשך פֿונעם הייליקן יום־הדין באַזונדערס שטאַרק אַנטפּלעקט דער אינערלעכער פֿאַרבאַנד צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם. דורך זייער עבֿודה, שאַפֿן די ייִדן אַ גײַסטיקע אַטמאָספֿער, וואָס רײַסט די נשמה אַוועק פֿונעם עולם־הזה און ברענגט זי צו תּשובֿה און דבֿקות; פֿון דער צווייטער זײַט, שאַפֿט זיך אַזאַ אַטמאָספֿער דווקא צוליב דעם, וואָס יום־כּיפּור איז אַ טאָג, וועלכער איז מסוגל צו דערוועקן דאָס "פּינטעלע ייִד" אַפֿילו אין די סאַמע אַסימילירטע ייִדן, וועלכע קומען דווקא דעם דאָזיקן יום־טובֿ אין שיל אַרײַן.

עס באַקומט זיך, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו זאָגן, צי דער הייליקער טאָג איז משפּיע אויף די ייִדן, צי די ייִדן ברענגען אַרײַן די קדושה אינעם דאָזיקן טאָג. אין דער אמתן, ווי דער בעל־שם־טובֿ האָט געזאָגט, ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט. מיר זענען משפּיע, כּבֿיכול, אויף דעם אייבערשטן, ווײַל בעצם איז די מענטשלעכע נשמה ממש איין זאַך מיט ג־ט.

דער זעלבער ענין אַנטפּלעקט זיך אויך, ווען מע שיכּורט זיך אָן פּורים לשם־מיצווה. אין אַ געוויסן מאָמענט פֿאַרגעסט דער שיכּורער מענטש פֿון זיך אַליין; אויב מע טוט עס לשם־שמים, קאָן מען אויך דערגרייכן אַ הויכע מדרגה פֿון דבֿקות. אַדרבה, איז דאָס ניכטערע דבֿקות, וואָס מע דערגרייכט יום־כּיפּור דורכן פֿאַסטן און דאַוונען אַ גאַנצן טאָג, נישט אַזוי טיף — הגם מער שׂכלדיק — ווי דאָס פּורימדיקע דבֿקות, ווען די נשמה ווערט ממש בטל אין דער שיכּורער שׂימחה.

שׂימחת־תּורה איז אויך אַ טאָג, ווען מע קאָן דערגרייכן אַ פּאַראַדאָקסישע מדרגה פֿון דבֿקות, טאַנצנדיק מיט ספֿר־תּורהס שיכּורערהייט. אין די קבלה־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז די תּורה, דער עם־ישׂראל און דער אייבערשטער זענען "כּולי חד" — ממש איינס. אין אַ טיפֿערן זין, מיינט דער דאָזיקער אויסדרוק לאוו־דווקא די תּורת־משה און די ייִדן, אינעם בוכשטעבלעכן זין. דאָס מיינט, אַז די מענטשלעכע נשמה איז בעצם אַ "ג־טלעכער ספֿר", וואָס פֿרייט זיך, ווען מיר הייבן עס אָן צו לייענען. מיט אַנדערע ווערטער, כּדי צו געפֿינען דעם אייבערשטן אין זיך, מוז דער מענטש פֿאַרשטיין, אַז ער אַליין איז אַ לעבעדיק ג־טלעך וואָרט.

בראשית

דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן צו לייענען פֿון ס׳נײַ די תּורה. אין דער ערשטער פּרשה גייט אַ רייד ווי אַזוי די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן פֿון גאָרנישט. די הײַנטיקע סדרה איז טאַקע פֿאַרבונדן מיט די פֿאַרגאַנגענע יום־טובֿים. ווי געזאָגט, איז שׂימחת־תּורה מסוגל צו דערשפּירן, אַז מיר זענען בעצם איינס מיטן רבונו־של־עולם. אונדזער נשמה קומט אַרויס יעדע רגע פֿונעם ג־טלעכן מיסטישן "גאָרנישט" — אַ מדרגה, וואָס איז העכער פֿון אַלע ווערטער און השׂגות — ווערט כּסדר בטל, און ווערט כּסדר באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ.

די מעשׂה־בראשית איז אַ שטענדיקער פּראָצעס; די פֿאַרגאַנגענע יום־טובֿים העלפֿן אונדז צו דערפֿילן די "וויבראַציע" פֿון דער כּסדרדיקער 
ג־טלעכער דערפֿרישונג און באַנײַונג.