דאָס פֿילעכץ פֿון וווּרשט איז אַ גאָלדענער אופֿן צו באַטעמען אַ רעצעפּט ווײַל עס גיט צו אַ סך בשׂמים און טעם צו די אַנדערע באַשטאַנדטיילן. טוט פּשוט אויס דאָס פּלאַסטישע "מענטעלע" פֿונעם וווּרשט, און צעברעקלט דאָס פֿילעכץ.
אויב איר עסט לעצטנס ווייניק וווּרשט, כּדי אויסצומײַדן פֿעטס און כאָלעסטעראָל, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט, וואָס באַניצט זיך מיט דעם רעלאַטיוו ווייניק־פֿעטיקן אינדיק־וווּרשט.
1/2 טעפּל איילבערט־בוימל
1 פֿונט (454 גראַם) אינדיק־וווּרשט, אָן דעם "מענטעלע"
2 טעפּלעך שוועמלעך, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
10 אונץ (283 גראַם) פֿאַרפֿרוירענע גרינע אַרבעס, צעטאָפּעט
1 פֿונט (454 גראַם) רויע "שניפּס־לאָקשן" (bowtie noodles)
זידט אָפּ אַ טאָפּ מיט געזאַלצן וואַסער.
הייצט אָן 2 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע. צעברעקלט דאָס פֿילעכץ פֿונעם וווּרשט, און פּרעגלט עס אָפּ אין דער פּאַטעלניע, ביז עס באַקומט זיך אַ גאָלדן־ברוינע פֿאַרב. נעמט דאָס פֿלייש אַרויס פֿון דער פּאַטעלניע.
הייצט אָן נאָך 2 לעפֿל איילבערט־בוימל. מישט אַרײַן די שוועמלעך, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס, ביז דאָס גיסעכץ, וואָס באַקומט זיך פֿון די שוועמלעך, וועבט זיך אויס, בערך 5 מינוט. גיט צו די גרינע אַרבעס און מישט נאָך 4 מינוט. שיט צוריק אַרײַן דאָס אינדיק־פֿילעכץ און קאָכט נאָך 3 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער.
ווען דער טאָפּ וואַסער זידט, שיט אַרײַן און קאָכט אָפּ די לאָקשן ביז זיי ווערן ווייך. זיפּט אָפּ די לאָקשן און שיט זיי צוריק אַרײַן אין טאָפּ, אין איינעם מיטן אינדיק, און קאָכט עס אויף אַ מיטעלן פֿײַער 5 מינוט. מישט אַרײַן דעם איבעריקן בוימל און דערלאַנגט צום טיש אין באַזונדערע שיסלען.