פֿונעם אייביקן קוואַל

בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן זיך אַ ברית־מילה און צו מלן זײַן זון, ישמעאל. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן די דרײַ מלאָכים, וועלכע האָבן זיך געוויזן צו אַבֿרהמען אין אַ מענטשלעכער געשטאַלט. דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה.

די מלאָכים האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן אַ זון. דערנאָך האָבן די מלאָכים איבערגעגעבן, אַז זיי גייען צו צעשטערן די שטעט סדום און עמורה, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען אײַנגעזונקען געוואָרן אין רישעות. אַבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, אַז די שטעט וועלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן, לכל-הפּחות, צען צדיקים. למעשׂה, האָט זיך אין סדום אָפּגעפֿונען בלויז איין צדיק — אַבֿרהמס פּלימעניק, לוט.

די מלאָכים האָבן געראַטעוועט לוטן, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און צוויי טעכטער. הגם די מלאָכים האָבן געוואָרנט נישט צו קוקן צוריק אויף דער ברענענדיקער שטאָט, האָט לוטס ווײַב זיך אַרומגעקוקט און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ.

דער צוזאָג וועגן דעם קינד איז טאַקע מקוים געוואָרן. הגם אַבֿרהם איז דעמאָלט שוין געווען 99 יאָר אַלט, און זײַן ווײַב שׂרה איז געווען 90 יאָר אַלט, האָבן זיי געהאַט אַ זון — יצחק. די פּרשה שליסט זיך מיט דער עקדת־יצחק. ווען יצחק איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהמען צו ברענגען זײַן באַליבטן ייִנגערן זון פֿאַר אַ קרבן. אַבֿרהם-אָבינו איז געווען גרייט צו שעכטן יצחקן; אינעם לעצטן מאָמענט, אָבער, ווען ער האָט שוין אויפֿגעהויבן זײַן מעסער, האָט אַ מלאך אים געהייסן זיך אָפּצושטעלן.

די מפֿרשים דערקלערן, אַז יצחק האָט פֿרײַוויליק מסכּים געווען צו ווערן אַ קרבן לשם־השם; צוליב אַבֿרהמס און יצחקס מסירת-נפֿש, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט, אַז זייערע אייניקלעך וועלן זיך פֿאַרמערן "ווי די שטערן אין הימל".

פֿאַרוואָס האָט דער אייבערשטער אָבער געהייסן אַבֿרהמען צו טאָן אַ זאַך, וואָס קומט אין סתּירה מיט די סאַמע יסודות פֿון מאָראַל? ווי עס דערקלערן אַ סך מפֿרשים, זענען די מענטשלעכע קרבנות און אַנדערע רישעותדיקע מעשׂים געווען די עיקר־סיבה פֿון דער שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט קעגן עבֿודה־זרה אין דער תּורה. ס׳איז בעסער זיך צו בוקן צו שטיינער און קלעצער, אָבער צו טאָן חסד און צו לעבן באַחדות מיט אַנדערע מענטשן, ווי צו זײַן, חלילה, אַ פֿרומער רוצח.

דער באַקאַנטער פֿילאָסאָף און אָריגינעלער תּורה־מפֿרש יוסף כּספּי האַלט, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט געזאָלט זיך אָפּזאָגן פֿון דער סתּירותדיקער מעשׂה. דער נסיון איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט געדאַרפֿט זיך אָפּגעבן דין־וחשבון און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער פּרוּווט אויס זײַן פֿעיִקייט צו מאַכן ריכטיקע באַשלוסן. פֿונדעסטוועגן, ווי באַלד אַבֿרהם אָבֿינו האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען און האָט באַשלאָסן מקריבֿ צו זײַן יצחקן, איז זײַן מסירת־נפֿש פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ גרויסער מיצווה.

יעדער מענטש מאַכט טעותן אין זײַן לעבן. אַ טעות לשם־שמים קאָן אָבער פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ מיצווה; צומאָל באַקומט זיך אויך פּונקט פֿאַרקערט: מע מוז טאָן אַ זאַך, וואָס זעט אויס ווי אַ טעות, כּדי אָנצוקומען צו אַ העכערן אמת. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, מיינען אַ טייל חסידישע מפֿרשים, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט נישט געטאָרט, על־פּי־הלכה, זיך מוסר־נפֿש זײַן אין ווידערשטאַנד קעגן נמרודן. ער האָט אָבער געטאָן אַן עבֿירה־לשמה און דערמיט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער גאַנצער ייִדישקייט.

לויט יוסף כּספּי, גייט אין דער הײַנטיקער פּרשה אַ רייד וועגן אַן ענלעכן ענין. אַבֿרהם אָבֿינו האָט געפֿאָלגט דעם באַפֿעל פֿונעם אייבערשטן, הגם ער האָט געקאָנט — און געזאָלט — עס אָפּשאַפֿן, אַזוי ווי ער האָט געפּרוּווט אויסצומײַדן די צעשטערונג פֿון סדום דורך אַ וויכּוח מיטן באַשעפֿער. ער האָט אָבער דווקא אויסגעקליבן אַ מסירת־נפֿשדיקן דרך און באַלוינט געוואָרן פֿאַר זײַן תּמימות און גראָדקייט. זײַן מסירת־נפֿש קעגן נמרודן איז געווען אַ ווידערשטאַנד קעגן דער בייזער מאַכט; מע קען זאָגן, אַז די עקדה איז געווען אַ מיסטישער ווידערשטאַנד קעגן זײַן אינערלעכער וועלט, וועלכער האָט אים געהאָלפֿן צו דערגרייכן אַ העכערע מדרגה פֿון ג־טלעכער השׂגה, מחוץ די גרענעצן פֿון דער געוויינטלעכער ראַציאָנעלער לאָגיק.

די מענטשן אין סדום האָבן זיך אַזוי טיף פֿאַרזינדיקט, אַז מע האָט נישט געטאָרט אַפֿילו קוקן צוריק, ווען זייער שטאָט האָט געברענט. אין פּרקי־אָבֿות שטייט געשריבן, אַז ווען די מענטשן צעטיילן שטרענג זייערע פֿאַרמעגנס און זאָגן "מײַנס איז מײַנס און דײַנס איז דײַנס", פֿירן זיי זיך ווי די אײַנוווינער פֿון סדום.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן די אַנשי־סדום אַטאַקירט די מלאָכים, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר מענטשן, און געוואָלט זיי פֿאַרגוואַלדיקן. די סיבה דערפֿון איז נישט געווען אַ סעקסועלע תּאווה, נאָר אַ קרומע סאָציאַלע סיסטעם. אויב די געסט האָבן נישט באַצאָלט פֿאַר זייער וויזיט מיט געלט, האָבן די אײַנוווינער געפֿאָדערט בײַ זיי צו באַצאָלן מיט זייערע גופֿים. חסד און קעגנזײַטיקע הילף איז געווען פֿאַררעכנט אין סדום פֿאַר אַ פֿאַרברעכן.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַבֿרהם אָבֿינו, וועלכער איז געווען גרייט זיך אַרײַנוואַרפֿן אינעם ברענענדיקן קאַלך־אויוון און אַפֿילו מקריבֿ צו זײַן דעם באַליבטן זון צוליב אַ הויכן אידעאַל, האָבן די אַנשי־סדום זיך געפֿירט גאַנץ ראַציאָנעל; אַפֿילו זייער פּלאַן צו פֿאַרגוואַלדיקן די געסט איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַ קאַלטן חשבון — צו באַשטראָפֿן און עקספּלואַטירן די, וואָס באַנוצן זיך בחינם מיט די רעסורסן פֿון זייער שטאָט.

להיפּוך צום הייסן און אידעאַליסטישן אַבֿרהם אָבֿינו, וועלכער האָט זיך על־פּי־נס געראַטעוועט פֿון נמרודס פֿײַער, זענען די אַנשי־סדום דווקא פֿאַרברענט געוואָרן, ווי אַ שטראָף פֿאַר זייערע קאַלטע אוממענטשלעכע חשבונות. אַפֿילו דאָס אַרײַנקוקן זיך מיט סימפּאַטיע אין אַזאַ קרומער סיסטעם קאָן פֿאַרוואַנדלען אַ לעבעדיקן מענטש אין אַ געזאַלצענעם קלאָץ.

רבי יהודה־לייב אַשלג — אַ גרויסער מקובל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — האָט באַמערקט, אַז די הײַנטיקע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז נישט ווײַט פֿון סדום און קאָן אויך ברענגען צו אַ קאַטאַסטראָפֿע. די מענטשן אַליין האָבן שוין אויסגעאַרבעט גענוג מיטלען, וועלכע קאָנען, חס־ושלום, פֿאַרפֿלייצן די וועלט מיט פֿײַער.

ווי מע לערנט אָפּ פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, ווערט די וועלט כּסדר געראַטעוועט און אונטערגעהאַלטן נישט דורך די קאַלט־האַרציקע אַנשי־סדום, נאָר דורך אַזעלכע מסירת־נפֿשדיקע אידעאַליסטן, ווי אַבֿרהם אָבֿינו — אויב אַפֿילו זיי מאַכן צומאָל אומגעוויינטלעכע באַשלוסן און פֿירן זיך קעגן די אָנגענומענע כּללים פֿון דער געזעלשאַפֿט.