באָריס סאַנדלער און משה לעמסטער |
מײַן חבֿר משה לעמסטער איז געוואָרן 65, ביז 120. אַ גוטע געלעגנהייט צו זאָגן וועגן אים עטלעכע ווערטער.
משה איז מײַן בן־עיר, מיר זײַנען ביידע בעסאַראַבער, אַפֿילו פֿון איין געגנט — פֿון צפֿון. אַמאָל האָט אין אונדזערע מקומות יעדעס שטעטל געשמט מיט זײַן אייגענער סחורה — איין שטעטל מיט ווײַן אַ צווייט — מיט ברינדזע, אַ דריט — מיט שמוישן, מיט גערויכערטע פֿלוימען און געטריקנטע עפּל... יעדינעץ, פֿון וואַנען עס שטאַמט אונדזער יובילאַר, האָט אַרויסגעגעבן די בעסטע ייִדישע בחורים.
משה און איך זײַנען ביידע אַרויס פֿון איין שרײַבערישן חדר, וווּ אונדזער מלמד איז געווען דער באַקאַנטער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. משה איז געפֿלויגן אין זײַנע פּאָעטישע הימלען, און איך האָב זיך געטשעפּעט פֿאַר מײַן שטיקל באָדן. הגם, משה, ווי אַ געבילדעטער פֿיזיקער, האָט געקענט בעסער אײַזיק ניוטאָנס געזעצן.
אין די יאָרן פֿון אונדזער יוגנט איז ברייט פֿאַרשפּרייט געווען דער באַגריף — "פֿיזיקער־ליריקער". משה האָט זיכער געהערט צו דער בראַנזשע, אָבער מיט אַ בולטן ייִדישן שניט. אַ סך אונדזערע מיטצײַטלער האָבן זיך מיט זייער ייִחוס געשעמט; מיר האָבן געשעפּט אין דעם אונדזער שאַפֿערישע באַגײַסטערונג.
יחיאל שרײַבמאַן פֿלעגט אונדז זאָגן, אַז אַ שרײַבער אַרבעט פֿיר און צוואַנציק שעה אַ מעת־לעת. משה האָט עס פֿאַרשטאַנען אויף זײַן אופֿן: אַ פּאָעט אַרבעט פֿיר און צוואַנציק שעה צו געפֿינען איין מינוט, ווען עס ווערט געבוירן אַ ליד.
איך האָב ליב משהס לידער. זיי לייענען זיך, ווי עס טרינקט זיך אַ גוט ביסל מאָלדאַוויש ווײַן — גרינג, מע באַמערקט נישט; אָבער דער קאָפּ הייבט זיך אָן דרייען, ווען מע דאַרף זיך שטעלן אויף די פֿיס. זיי זײַנען אָנגעזעטיקט מיט בעסאַראַבישקייט, וואָס מיינט, אַ צונויפֿשמעלץ פֿון דאָרפֿישער פּשטות און ייִדיש־שטעטלדיקער פּשטלדיקייט — שאַרפֿזיניק און אײַנפֿאַלעריש.
איך פֿיל אין זײַנע שורות דעם גלעט פֿון דער מאַמען, פֿאַרהיט פֿון די קינדער־יאָרן ביז די גראָווע האָר; און די קושן פֿון מיידלעך, וואָס זייער היץ האָט די ווערט פֿון אַ רגע.
אין אַ דושנעם, פֿײַכטן זומער־טאָג אין ניו־יאָרק האָב איך איבערגעלייענט משהס אַ ליד, אַרײַנגעשיקט אין רעדאַקציע; און שטעלט זיך פֿאָר: כ’האָב דערפֿילט דעם טעם פֿון וואַסער, אָפּגעזופּט גלײַך פֿונעם עמער אויף דער קייט, וואָס איז ערשט אַרויסגעשלעפּט געוואָרן פֿון דער קערניצע אין פֿעלד, פֿון איר קאַלטער טיפֿעניש...
משה און זײַן ווײַב לאַריסע וווינען אין בת־ים, אין אַ געדונגענער דירה; די צוויי צווילינג־מיידלעך זייערע, צוויי קראַסאַוויצעס, זוכן שוין אַליין זייער אייגענעם וועג און אָרט אין לעבן. זאָגן דעם אמת, קומט אים דאָס ישׂראלדיקע שטיקל ברויט אָן נישט גרינג; אָבער משה איז נישט געוווינט זיך צו קלאָגן. נאָך מער: אינעם באַגאַזשניק פֿון זײַן אָפּגעריבענעם "פֿאָלקסוואַגען" ליגט שטענדיק צוגעגרייט דאָס גאַנצע קלאַפּער־געצײַג, וואָס ווערט פֿונאַנדערגעוויקלט ערגעץ בײַם ים אָדער אין אַ פּאַרק, וווּ משה, אַרומגערינגלט מיט אַ כאָפּטע אַלטע פֿרײַנד פֿון דער אַלטער היים, גרייט צו אַ געשמאַקן שאַשליק "על האש", ווי מע רופֿט עס אין ישׂראל. נו, און די געזײַערטע אַרבוזיקלעך זײַנע, וואָס דער סוד פֿון זייער אײַנזײַערן ליגט באַהאַלטן אין די גרויסע פֿעסער ערגעץ אין אַ דאָרפֿישן קעלער לעבן יעדינעץ!
שוין נישט איין יאָר פֿאַרבעט איך משה לעמסטערן צו האָבן זײַן אייגענע רובריק אין "פֿאָרווערטס". משה האָט זיך ביז אַהער געקווענקלט; זעט אויס, פּאָעטן שאַצן מער דאָס פֿרײַע פֿליִען, ווי די באַגרענעצטע רעמלעך פֿונעם צײַטונגס־שטח. פֿון דעסטוועגן, זײַנען מיר געקומען צו אַ פּשרה, און דער לייענער וועט איצט יעדע צוויי וואָכן געפֿינען אויף די שפּאַלטן פֿון אונדזער צײַטונג זײַנע פּאָעטישע אַרטיקלען.
נעם אָפּ מײַנע האַרציקע וווּנטשן, ליבער פֿרײַנד!