רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער


איך האָב לעצטנס געמאַכט דאָס מאכל פֿאַר מײַן משפּחה, ווי אַ בײַגעריכט צו ספּאַגעטי מיט פּאָמידאָרן־סאָוס, און במשך פֿון 10 מינוט, איז פֿון ביידע גאָרנישט געבליבן!
אויב איר ניצט פֿאַרפֿרוירענע אַרבעס, צעשמעלצט עס צו ערשט אין מיקראָכוואַלניק, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור.

1/4 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע
3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
2 פֿונט (9. קילאָ) ספּאַרזשע
1/2 2 טעפּלעך גרינע אַרבעס
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
3/4 טעפּל בלעטער באַזיליק אָדער פּעטרישקע

צעשנײַדט יעדעס ספּאַרזשע־שטענגל אויף 4 אָדער 5 שטיקלעך.
צעשמעלצט די פּוטער אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעהאַקטע ציבעלע און מישט, ביז די ציבעלע ווערט ווייך, 3—4 מינוט.
גיט צו די צעשניטענע ספּאַרזשע, אַרבעס, זאַלץ און פֿעפֿער. דעקט צו די פּאַטעלניע און מאַכט אַ קליינעם פֿײַער. קאָכט די גרינסן ביז זיי ווערן כּמעט ווייך — בערך 8 מינוט. מישט אַרײַן די באַזיליק אָדער פּעטרישקע און דערלאַנגט צום טיש.