די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "שמות", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן יציאת־מצרים. אין דער סאַמע ערשטער פּרשה אין דער תּורה, גייט אַ רייד וועגן דער וועלט־באַשאַפֿונג; דער חומש "שמות" הייבט זיך אָן מיטן "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך פֿאָרמירט אין מצרים, במשך פֿון אַ קורצן פּעריאָד פֿון רויִקייט, נאָך וועלכער ס׳איז געקומען אַ ביטערע פֿאַרשקלאַפֿונג.
ווי מיר האָבן באַטאָנט די פֿאָריקע וואָך, קאָנען מיר אָפּלערנעןּ פֿון דער פּרשה "בראשית", אַז דאָס עלנטע מענטשלעכע לעבן איז נישט קיין אמתע פֿרײַהייט; ווײַל אַ מענטש איז בעצם אַ געזעלשאַפֿטלעכע באַשעפֿעניש, וואָס נייטיקט זיך אין דער קעגנזײַטיקער הילף פֿון די אַנדערע. אויב אַפֿילו אַן עלנטער מענטש איז פֿיזיש פֿרײַ, לעבט ער אין אַ מין גלות. פֿון דער פּרשה "שמות" לערנען מיר אָפּ אַ פֿאַרקערטן לימוד, אַז הגם דער מענטש מוז טאַקע לעבן אין אַ קאָלעקטיוו, ווענדט זיך די פּערזענלעכע פֿרײַהייט און די אַלגעמיינע מענטשלעכע אייניקייט אין דער טעטיקייט פֿון אַזעלכע יחידים, ווי משה רבינו און בתיה — די טאָכטער פֿון פּרעהן, וועלכע האָט געראַטעוועט משהן אויפֿן טײַך און האָט אים אויפֿגעהאָדעוועט.
בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר שוין געלייענט, ווי דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה רבינו אין אַ ברענענדיקן קוסט און געהייסן אים צו גיין אויסלייזן די ייִדן. דער בייזער מיצרישער טיראַן האָט אָבער איגנאָרירט משהס ניסים און האָט נאָך שטאַרקער פֿאַרביטערט דאָס לעבן פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן. הײַנט לייענען מיר ווײַטער וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די דאָזיקע געשעענישן.
דער אייבערשטער האָט זיך ווידער אַנטפּלעקט פֿאַר משהן, און האָט אים צוגעזאָגט מקיים צו זײַן דעם צוזאָג, וואָס ער האָט געגעבן די ייִדישע אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים. אין דער נבֿואה, וואָס משה האָט אויסגעהערט, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט אַרויסצופֿירן די ייִדן פֿון מצרים מיט פֿאַרשיידענע אויסדרוקן: "והוצאתי", "והצלתּי", "וגאלתּי" און "ולקחתּי": "איך וועל זיי אַרויספֿירן, ראַטעווען, אויסלייזן און אַרויסנעמען".
אין דער ייִדישער טראַדיציע שפּילט די דאָזיקע פֿירפֿאַכיקע נבֿואה אַ גרויסע ראָלע. דאָס איז איינע פֿון די סיבות — הגם נישט די איינציקע, פֿאַרוואָס מיר טרינקען פֿיר כּוסות ווײַן בײַם פּסחדיקן סדר. די פֿיר פֿאַרשיידענע לשונות פֿון גאולה ווײַזן אָן, אַז די ייִדן זענען באַפֿרײַט געוואָרן פֿון פֿיר פֿאַרשיידענע גזירות: פֿון שקלאַפֿערײַ, פֿונעם אָנזאָג צו דערמאָרדן אַלע ייִדישע נײַ־געבוירענע זכרים, וואָס דער פּרעה האָט געפֿאָדערט בײַ די ייִדישע הייבאַמען; פֿון דער רציחה מצד די בייזע מיצרים, וואָס דער פּרעה האָט זיי געהייסן אויסשעכטן די ייִדישע ייִנגלעך; פֿונעם באַפֿעל צו זאַמלען דעם אייגענעם בוי־מאַטעריאַל בעת דער שקלאַפֿן־אַרבעט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אינעם חלום פֿונעם שׂר־המשקים, צוליב וועלכן יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, ווערט אויך פֿיר מאָל דערמאָנט דאָס וואָרט "טרויבן". אין דער דאָזיקער וויזיע, פֿון וועלכער עס האָט זיך אָנגעהויבן יוספֿס פּערזענלעכע גאולה, שטעקט שוין די אַרכעטיפּישע סכעמע פֿון יציאת־מצרים.
אינעם חלום, האָט דער שׂר־המשקים געזאַמלט די טרויבן, גענומען דעם קיניגלעכן בעכער, אויסגעקוועטשט אין אים דעם פֿרישן זאַפֿט און אַרײַנגעלייגט דעם כּוס אין פּרעהס האַנט. דרײַ מאָל ווערט אינעם חלום דערמאָנט דאָס וואָרט "כּוס"; צום פֿערטן מאָל האָט עס דערמאָנט יוסף, ווען ער האָט אָפּגעטײַטשט דעם חלום און פֿאָרויסגעזאָגט, אַז דער שׂר־המשקים וועט באַלד באַפֿרײַט ווערן און ווידער דינען אין פּרעהס הויף.
על־פּי־מדרש, סימבאָליזירן די פֿיר כּוסות אויך די בייזע פֿיר מלוכות, וועלכע ווערן געמישפּט דורכן "בעכער" פֿון ג־טלעכן כּעס. יעדע מלוכה האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן אויף אַן אַנדער אופֿן און האָט דערפֿאַר פֿאַרדינט אַן אַנדער מין עונש.
די דאָזיקע טעמע פֿון פֿיר פֿאַרשיידענע מינים שקלאַפֿערײַ און גאולה ווײַזט אונדז ווידער, אַז די מענטשלעכע פֿרײַהייט איז אַ קאָמפּליצירטער און רעלאַטיווער צושטאַנד, וועלכער ווערט געשאַפֿן פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן, דורכן באַלאַנס פֿון אַ יחיד און אַ ציבור. דער שׂר־המשקים האָט געמוזט קלײַבן די טרויבן פֿאַרן קיניג, כּדי אים צו באַדינען, האָבנדיק מורא, אַז מע וועט אים קעפּן, טאָמער אינעם ווײַן וועט אַרײַנפֿאַלן, חלילה, אַ פֿליג.
פֿאַקטיש, זעט מען אין אַזאַ אַרבעט אַ ווייכערע ווערסיע פֿון די זעלבע גזירות, וואָס פּרעה האָט מיט זיי פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן. פֿאַרשטייט זיך, אין פֿאַרגלײַך מיט תּפֿיסה, האָט זיך אַזאַ מצבֿ אויפֿגענומען ווי אַ באַפֿרײַונג, אָבער בעצם איז עס געווען אַ לײַכטערער מין שקלאַפֿערײַ.
ווען די באַפֿרײַטע ייִדן האָבן געוואַנדערט אינעם מידבר, האָבן אַ טייל פֿון זיי געטעהנט, אַז אין מצרים האָט זיך זיי געלעבט בעסער, ווײַל זיי זענען געווען זאַט און האָבן געהאַט בעסערע מאכלים. אַזאַ טענה האָט אָבער דווקא גאָרנישט צו טאָן מיטן ענין פֿון פֿרײַהייט. ווי דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", איז בעסער צו זײַן אַ פֿרײַער מענטש אינעם פּוסטן מידבר, ווי אַ זאַטער שקלאַף.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, חזרן זיך במשך פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע כּסדר איבער די זעלבע פֿיר מינים שקלאַפֿערײַ — אין האַרבערע אָדער ווייכערע פֿאָרמען. צומאָל טענהט די מאַכט, אַז די מענטשן זענען פֿרײַ, כּל־זמן זיי זענען אונטערטעניק פֿון די פֿירער; צומאָל מישט זיך די מאַכט אַרײַן אין דער אויפֿפֿירונג פֿון די "הייבאַמען" — דהײַנו, אינעם פּריוואַטן לעבן פֿון די מענטשן; צומאָל טשעפּען זיך די מאַכטהאָבער נישט צו דערוואַקסענע, נאָר דווקא צו די קינדער; און צומאָל לאָזט מען די מענטשן לעבן מער־ווייניקער פֿרײַ, וואָס שײַך דעם פּערזענלעכן לעבן, אָבער מע גיט זיי נישט קיין אייגענע מיטלען צו פֿאַרדינען; דערפֿאַר מוזן זיי קלײַבן די "שטרוי" און זיך אַליין פֿאַרשקלאַפֿן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, כּדי אָנצוגיין מיטן לעבן.
על־פּי־קבלה, זענען די אַרבע־כּוסות אויך מרמז אויף פֿיר פֿאַרשיידענע מינים קליפּות — די גײַסטיקע פֿינצטערע כּוחות, וואָס שאַפֿן דעם אילוזאָרישן באַריער צווישן אונדז און דעם באַשעפֿער. אין דער אמתן, איז דער אייבערשטער דער עצם פֿון אַלע זײַטן און דאָס אינערלעכע חיות פֿון אונדזערע נשמות. פֿונדעסטוועגן, דאַכט זיך אונדז, אַז מיר זענען ווײַט פֿון אונדזער ג־טלעכן שורש.
רבי יהודה־לייב אַשלג און אַנדערע מקובלים דערקלערן, אַז די דאָזיקע באַריערן זענען, דער עיקר, אַ רעזולטאַט פֿונעם סאָציאַלן אומיושר. אין אַן עכט־יושרדיקער געזעלשאַפֿט, וווּ מענטשן לעבן אין ליבשאַפֿט און אַחדות, ווערט ממילא אַנטפּלעקט דער רוח־הקודש; די מיצוות פֿון דער תּורה זענען מיטלען, וואָס העלפֿן אונדז צו דערגרייכן אַזאַ מדרגה פֿון מענטשלעכע באַציִונגען. ווי עס האָט געזאָגט דער גרויסער חכם הלל, איז די מיצווה פֿון אַהבֿת־הבריות דער יסוד פֿון דער גאַנצער תּורה.
כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿון אַלע מינים שקלאַפֿערײַ, מוז מען שטרעבן צו אַנטפּלעקן אַלע פֿיר "לשונות" פֿון גאולה; די דאָזיקע קאָנצעפּציע, וואָס מיר דערמאָנען בעת דעם פּסחדיקן סדר, בלײַבט וווּנדערלעך אַקטועל און באַלערנדיק.