שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
ס׳איז מיר שווער זיך אָפּצוזאָגן, ווען אַ חבֿר בעט בײַ מיר אַ טובֿה. איך דאַרף, איר זאָלט מיר העלפֿן געפֿינען אַן אופֿן דאָס צו טאָן, איך זאָל נישט אויסזען ווי אַ שלעכטער מענטש. איך בין אַ מאַמע, וואָס בלײַבט אין דער היים און גיט אַכטונג אויף אַונדזערע צוויי קינדער, דעם 6־חדשימדיקן עופֿעלע און דרײַ־יאָריק קינד. איך בין אויך אַ זשורנאַליסטקע, און כ׳אַרבעט פֿון דער היים טיילצײַטיק; און באַמי זיך צו פֿאַרדינען אַ פּאָר דאָלער. איך האָב עטלעכע פֿרײַנד, וועלכע אַרבעטן אַ פֿולע שטעלע און האָבן אויך קליינע קינדער. זיי קלינגען מיר אָפֿט ווען עס טרעפֿט זיך, אַז זיי האָבן נישט מיט וועמען איבערצולאָזן זייערע קינדער. זיי מיינען, אַוודאי, אַז איך זיץ אין דער היים און קנאַק ניסלעך, טאָ וואָס איז די גדולה — זאָל זי האַלטן אַן אויג אויף נאָך אַ קינד.
אין אַ נויט בין איך גרייט צו העלפֿן, אָבער דעם אמת געזאָגט, נאָך אַ קינד פֿאַרשאַפֿט מער אַרבעט און איך וואָלט געוואָלט ווערן באַצאָלט פֿאַר דעם. בין איך אַ שלעכטע חבֿרטע אויב איך וויל אַזוי טאָן?


נישט קיין אומזיסט קינדער־היים


טײַערע "נישט קיין אומזיסט קינדער־היים,"
ניין, איר זענט אַבסאָלוט נישט קיין שלעכטע חבֿרטע צוליב דעם. דאָס וואָס אײַערע פֿרײַנד לייגן אַרויף אויף אײַך אַזאַ אַרבעט, איז נישט יושרדיק. איר דאַרפֿט מיט זיי רעדן איידער עס געשעט נאָך אַ מאָל. זאָגט זיי פּשוט, אַז איר זענט גרייט צו העלפֿן זיי אין אַ נויט, פּונקט ווי איר זענט זיכער, אַז זיי וואָלטן אויך געווען גרייט צו העלפֿן אין אַזאַ פֿאַל. אָבער, זאָגט זיי ווײַטער, אַז אויב זיי דאַרפֿן אַ קינד־היטער אין דער לעצטער מינוט, ווילט איר נישט זײַן די צווייטע ברירה אויף דער רשימה — אָדער מע זאָל אײַך באַלוינען מיטן זעלבן געלט, וואָס מע צאָלט פֿאַר אַ קינד־היטער. איר קענט צוגעבן, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט איז מער וויכטיק פֿאַר אײַך, און איר האָפֿט, אַז זיי וועלן פֿאַרשטיין און האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַער פּאָזיציע.



טײַערע חזנטע,
איך וווין אין אַ דירה מיט אַ פֿרײַנד פֿון קאָלעדזש. מיר האָבן ביידע גראַדויִרט פֿאַר אַ יאָרן און מיר האָבן אַרויסגעקוקט אויף אונדזער וווינען צוזאַמען. אַלץ גייט גוט אַחוץ איין זאַך — זי עסט אַ סך פֿון מײַן עסן. בײַם אָהייב, האָבן מיר באַשלאָסן, אַז מיר וועלן באַזונדער קויפֿן עסן. זי קויפֿט נאָר אײַן "געזונטע מאכלים" אין טײַערע קראָמען, אָבער דערנאָך כאַפּט זי זיך צו צו מײַנע קיכעלעך, אײַזקרעם און אַנדערע נאַשערײַען. איך ווייס נישט, צי איך זאָל איר עפּעס זאָגן וועגן דעם. איך בין גרייט צו טיילן אונדזער שפּײַז, אָבער איך עס נישט די "געזונטע עסנס", וואָלט זי געדאַרפֿט געבן צושטײַער פֿאַר מײַנע נאַשערײַען. ווי האַלט איר?


מיטוווינערין


טײַערע מיטוווינערין,
מע דאַרף רעדן קלאָרע דיבורים מיט אײַער מיטוווינערין. זאָגט איר, אַז מע קען זיך טיילן מיט אײַערע נאַשערײַען, אָבער זי דאַרף העלפֿן צאָלן פֿאַר זיי. ווען איר גייט אײַנקויפֿן דאָס אַנדערע מאָל, בעט אַ באַזונדערע קבלה אין געשעפֿט פֿאַר בלויז די נאַשערײַען, און בעט בײַ איר זי זאָל געבן אַ העלפֿט אויב זי האָט בדעה זיי צו עסן. אַ גוטע חבֿרטע און מיטוווינערין וואָלט אָדער בײַגעשטײַערט, אָדער אויפֿגעהערט צו נאַשן.



טײַערע חזנטע,
מײַנע דרײַ טעכטער, טענהען מיט מיר, איך זאָל נישט באַנײַען מײַן שאָפֿיר־ליצענץ. זיי זאָגן, אַז איך פֿאָר צו פּאַמעלעך און זע נישט גוט דעם וועג. איך זאָג זיי, אַז זיי האָבן אַ טעות, אָבער אין האַרצן פֿיל איך — זיי זענען גערעכט. איך וואָלט אָבער פֿאַרלוירן מײַן אומאָפּהענגיקייט, ווען איך קען נישט פֿירן קיין אויטאָ, און דער געדאַנק שרעקט מיך זייער. וואָס זאָל איך טאָן?


אַ פּאַמעלעכער


טײַערער פּאַמעלעכער,
כאָטש ס׳איז שווער מודה צו זײַן, אַז מע קען שוין נישט אַזוי גוט פֿירן אַן אויטאָ ווי אַמאָל, איז וויכטיק עס צו טאָן. אַ סך ערגער וואָלט געווען, ווען איר טרעפֿט אין אַן אויטאָ־אַקצידענט. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וואָלט זיך געפֿילט נאָך ערגער ווען איר ברענגט נאָך אַן אַנדערן פּראָבלעמען. ניצט אײַער שׂכל־הישר, וועט איר קיין חרטה נישט האָבן שפּעטער. דערווײַל קענט איר געפֿינען פֿרײַנד און משפּחה וואָס קענען אײַך אַרומפֿירן, איר זאָלט בלײַבן געזעלשאַפֿטלעך אַקטיוו.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו —
אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024