במשך פֿון די לעצטע דרײַ וואָכן, האָבן מיר באַהאַנדלט די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן דעם יחיד און די רבים; די היפּוכדיקע מענטשלעכע באַדערפֿענישן צו לעבן אין אַ קאָלעקטיוו און זײַן אַ פֿרײַער אינדיווידוּום; פֿאַרשיידענע מינים און מדרגות פֿון אומיושר און שקלאַפֿערײַ; די עגאָיִסטישע אילוזיע פֿון אומאָפּהענגיקייט און די אמתע פֿרײַהייט. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן ווײַטער באַהאַנדלט אַ צאָל ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט די דערמאָנטע סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישע און פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגעס.
בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי פּרעה, וועלכער האָט נישט געוואָלט, בײַם אָנהייב, לאָזן די ייִדן צו ברענגען קרבנות אינעם מידבר, האָט געמוזט אַליין פֿאַרטרײַבן דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי אָפּצושטעלן די משונהדיקע מכּות, וועלכע האָבן חרובֿ געמאַכט זײַן לאַנד. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "בשלח" — "און ווען ער האָט אַרויסגעשיקט".
מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן מיר באַטראַכט דעם חלום פֿונעם שׂר־המשקים, אין וועלכן ער האָט דערזען, ווי ער באַדינט פּרעהן. יוסף־הצדיק האָט פּותר געווען דעם חלום און פֿאָרויסגעזאָגט דעם מיצרי, מיט וועלכן ער איז געזעסן צוזאַמען אין תּפֿיסה, אַז ער וועט באַלד באַפֿרײַט ווערן און וועט ווידער דינען ווי אַ ווײַן־שעפּער בײַ דעם מלך.
דער שׂר־המשקים האָט זיך אַוודאי געפֿילט באַפֿרײַט, ווען מע האָט אים אַרויסגעלאָזט פֿון תּפֿיסה און ווידער מכבד געווען מיט דער בכּבֿודיקער ראָלע אין פּרעהס הויף. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אָבער אַזאַ מצבֿ געווען ווײַט פֿון פֿרײַהייט, ווײַל דער ווײַן־שעפּער האָט געמוזט באַדינען אַ מענטש, וועלכער האָט געהאַט אַ טאָטאַלן קאָנטראָל איבער אים און געקאָנט אים קעפּן אין יעדן מאָמענט פֿאַר אַזאַ קלייניקייט, ווי אַ פֿליג, וואָס איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אינעם בעכער מיט ווײַן.
אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ רעלאַטיווער פֿרײַהייט איז דער מצבֿ פֿון אַן אַנטלאָפֿענעם אַרעסטאַנט. הגם מע זיצט נישט אין תּפֿיסה און מע קאָן פֿאַרזוכן טאַקע דעם טעם פֿון פֿרײַהייט, מוז אַ פֿליכטלינג זיך כּסדר זאָרגן, אַז טאָמער מע כאַפּט אים, וועט מען אים ברענגען צוריק אין טורמע און באַשטראָפֿן נאָך שטאַרקער ווי פֿריִער.
צוערשט, האָט פּרעה טאַקע אַרויסגעלאָזט די ייִדן פֿון מצרים; אַדרבה, האָט ער זיי פֿאַרטריבן, כּדי מצרים זאָל מער נישט לײַדן פֿון די מכּות. ווען די ייִדן זענען טאַקע אַרויס פֿון מצרים, האָט דער בייזער קיניג אָבער באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווי אינעם דערמאָנטן בײַשפּיל, האָבן די אַנטלאָפֿענע בלויז אויף אַ קורצער ווײַל פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון פֿרײַהייט. די ייִדן זענען צוגעקומען אין געאײַל צום ברעג פֿונעם ים־סוף, מיינענדיק, אַז די מיצרים וועלן זיי דעריאָגן און צו זייער צײַטווײַליקער פֿרײַהייט — ווי אויך צו זייער לעבן — וועט באַלד קומען אַ ביטערער סוף.
ס׳איז אָבער געשען אַ נס: משה רבינו האָט אויסגעשטרעקט זײַן שטעקן, און דאָס וואַסער אינעם ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין דער פּסחדיקער הגדה, אינעם באַקאַנטן פּיוט "אלו הוציאנו ממצרים... דיינו" באַדאַנקען מיר דעם אייבערשטן, צוערשט, פֿאַרן אַרויספֿירן די ייִדן פֿון מצרים, און ערשט דערנאָך, מיט עטלעכע שורות שפּעטער, פֿאַרן נס פֿון קריאת־ים־סוף. מע קאָן דערפֿון אָפּלערנען, אַז ס׳איז כּדאַי זיך צו באַפֿרײַען אַפֿילו בלויז אויף אַ ווײַל, ווי צו בלײַבן אַ שקלאַף.
פּרעהס אַרמיי האָט געפּרוּווט ווײַטער נאָכיאָגן די געוועזענע שקלאַפֿן. די מיצרים זענען אַרײַן אינעם צעשפּאָלטענעם ים; דאָס וואַסער האָט זיי אָבער פֿאַרפֿלייצט. די ייִדן — דאָס מאָל, טאַקע ענדגילטיק באַפֿרײַט פֿון קנעכטשאַפֿט — האָבן באַדאַנקט דעם באַשעפֿער מיט אַ שיין לויב־געזאַנג, וואָס מע רופֿט "שירת־הים". צוליב דעם דאָזיקן געזאַנג, טראָגט דער הײַנטיקער שבת אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־שירה".
ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער שׂימחה, האָט מרים, משהס שוועסטער, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע פֿרויען, באַלויבט דעם באַשעפֿער מיט אַ טאַנץ און אַן אייגן ליד, באַקאַנט ווי "שירת מרים".
דער מחבר פֿונעם ספֿר "מאור ושמש", רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַ באַרימטער חסידישער צדיק און אַ טיפֿער דענקער, האָט באַטאָנט, אַז דורך איר טאַנצן און זינגען האָט מרים דערגרייכט אַ העכערע מדרגה, ווי משה רבינו אַליין. אַדרבה, האָט משה דערפֿילט, אַז זײַן שוועסטער האָט דערגרייכט אַ משיחישע מדרגה פֿון באַוווּסטזײַן, העכער פֿון אַלע היעראַרכיעס — צווישן מענער און פֿרויען, חכמים און פּשוטע מענטשן, עקזאַלטירטע צדיקים און דעם אַלגעמיינעם עולם.
אין די חסידישע ספֿרים ווערט אָבער אויך באַמערקט, אַז די ים־כוואַליעס, צווישן וועלכע די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים, סימבאָליזירן אויך דעם זעלבן ענין פֿון גלײַכקייט. אַלע סאָציאַלע מדרגות זענען אין יענעם מאָמענט אויסגעמישט געוואָרן, ווי אין אַ וואַסער־געווירבל; די געוועזענע שקלאַפֿן זענען געוואָרן "בני־מלכים", אַ פֿאָלק פֿון פּרינצן, און זייערע רודפֿים, די געוועזענע פֿירער פֿון מצרים, זענען צעשמעטערט געוואָרן אין דער ים־סטיכיע.
אין דעם פֿאַל, איז גלײַכקייט דערגרייכט געוואָרן נישט אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן. די געוועזענע אַכזריותדיקע פֿאַרשקלאַפֿער און רוצחים האָבן כּשר פֿאַרדינט די מיתה־משונה. פֿאַר די, וואָס רודפֿן די אַנדערע אַפֿילו ווען מע זעט שוין קלאָר, אַז דער אייבערשטער באַפֿרײַט זיי בדרך־נס, ווערן די כוואַליעס פֿון פֿרײַהייט צומאָל אויסגעדריק אין דעם, וואָס פֿאַר אַזעלכע פֿאַרביסענע אומיושרדיקע פּאַרשוינען בלײַבט מער נישט קיין פּלאַץ אויף דער וועלט...
פֿון דער הײַנטיקער פּרשה זעען מיר, אַז פֿרײַהייט קומט נישט סתּם אַזוי, נאָר פֿאָדערט גײַסטיקע און פֿיזישע באַמיִונגען. כּדי אויסגעלייזט צו ווערן פֿון מצרים, האָבן די ייִדן געמוזט גובֿר זײַן דעם פּחד און אַרײַנטרעטן, בראָש מיט משהן, אינעם סכּנותדיקן ים אַרײַן. ווען זיי האָבן אָנגעהויבן זינגען, האָבן זיי אויך אויסגעפֿירט אַ גײַסטיקע עבֿודה; ווי עס שטייט אין "מאור ושמש", זענען זיי דעמאָלט אַרויסגעקומען אויף אַזאַ מדרגה, וואָס וועט זיך אַנטפּלעקן שטענדיק און פֿולערהייט נאָר אין משיחס צײַטן.
ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם וואַנדערן אינעם מידבר, האָבן אַ טייל ייִדן געטענהט, אַז זיי ווילן זיך אומקערן קיין מצרים, ווײַל דאָרטן פֿלעגן זיי זײַן זאַט. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען אָן שפּײַז און וואַסער, האָבן זיי געפֿונען אַ ביטערן קוואַל; משה־רבינו האָט אָבער געמאַכט דאָס וואַסער זיס. שפּעטער, האָבן די ייִדן אויך באַקומען דעם הימלדיקן שפּײַז — דעם מן.
ווי ס׳איז באַקאַנט, איז פֿאַראַן אַן אַלטער שיינער ייִדישער מינהג — צו געבן "שבת־שירה" עסן פֿאַר די ווילדע פֿייגעלעך. אַחוץ פֿאַרשיידענע באַקאַנטע טעמים פֿונעם דאָזיקן מינהג, קאָן מען צוגעבן נאָך אַ טעם. הגם די פֿייגעלעך ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי אַ סימבאָל פֿון פֿרײַהייט, פֿאָדערט זייער פֿרײַהייט גענוג מי: מע מוז כּסדר זוכן דעם שפּײַז, כּדי איבערצולעבן דעם ווינטער און האָבן ווײַטער דעם כּוח אַרומצופֿליִען.
אין פֿאַרגלײַך מיטן דערמאָנטן בײַשפּיל מיטן אַנטלאָפֿענעם אַרעסטאַנט, האָט דאָס בלײַבן הונגעריק אין אַ מידבר גאָרנישט צו טאָן מיטן ענין פֿון פֿרײַהייט, הגם אַזאַ מצבֿ קאָן זײַן אויך סכּנותדיק און אומבאַקוועם. מע זעט אָבער, אַז כּדי דערגרייכן אַן עכטע פֿרײַהייט, מוזן מע צומאָל אַרײַנלייגן אַ סך כּוח — אַזוי ווי די ווינטערדיקע פֿייגל — ווי אויך אַרויסווײַזן אמונה און דרייסטקייט.