פֿונעם אייביקן קוואַל

ווי מיר האָבן עס באַטראַכט פֿריִער, ווערט אינעם חומש "שמות" כּסדר אָפּגעשפּיגלט די טעמע פֿון קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן דער אינדיווידועלער פֿרײַהייט און די נייטיקייט צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַ מענטשלעכן קאָלעקטיוו; די טעמע פֿון פֿרײַהייט אין שײַכות צו די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם אייבערשטן. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט באַטראַכט אַן ענלעכער ענין: די באַציִונג צווישן דעם ספּעציפֿיש־ייִדישן און אוניווערסאַלן אַספּעקט פֿון ייִדישקייט.
די עיקר־מעשׂה פֿונעם חומש "שמות" איז "דער סאָציאַלער בראשית" פֿון די ייִדן. פּאַראַדאָקסיש, זענען די ייִדן געוואָרן אַ פֿאָלק דווקא אין גלות, זײַענדיק מיצרישע שקלאַפֿן. נאָך יציאת־מצרים, האָבן זיי זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ דערנידעריקטער, פֿאַרשקלאַפֿטער גרופּע אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מענטש איז פֿרײַ ווי אַ מלך, ווי עס דריקט זיך אויס דער איזשביצער רבי אין זײַן ספֿר "מי השילוח". די מפֿרשים פֿון דער פּסחדיקער הגדה באַטאָנען, אַז צוליב דעם דאַרף מען זיך פֿירן בײַם פּסח־סדר ווי "בני־מלכים".
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "יתרו" — לכּבֿוד משה רבינוס שווער, וועלכער האָט דערהערט וועגן די גרויסע נסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געוויזן די ייִדן בעת יציאת־מצרים, און האָט באַשלאָסן צו ווערן אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ווי מיר האָבן געשמועסט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "שמות", ווײַזט אונדז די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים אויפֿן עצמדיקן אַחדות פֿון דער גאַנצער מענטשהייט.
די גאַנצע מעשׂה וועגן דעם ביטערן מצבֿ פֿון די ייִדן אין מצרים, און וועגן דעם, ווי זיי זענען אויסגעלייזט געוואָרן פֿון שקלאַפֿערײַ, קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן אין "שוואַרץ־ווײַסע" פֿאַרבן, ווי אַ גײַסטיקער געראַנגל צווישן "גוטע ייִדן" און "שלעכטע מיצרים". אויב מע טראַכט זיך אָבער אַרײַן, לערנען מיר דערפֿון אָפּ אַ פֿאַרקערטן לימוד. דווקא אַ גוטע מיצרישע אַריסטאָקראַטקע — די טאָכטער פֿון פּרעהן — האָט געראַטעוועט און אויפֿגעהאָדעוועט משהן. צוויי שלעכטע ייִדן, דתן און אַבֿירם — ווי עס דערקלערן די חז״ל — האָבן געמסרט משהן, ווען ער האָט דערהרגעט אַ מיצרישן רשע, וועלכער האָט געשלאָגן די ייִדישע שקלאַפֿן. צוליב דעם, האָט משה געמוזט אַנטלויפֿן קיין מדין, וווּ ער האָט געראַטעוועט די טעכטער פֿון אַן אָרטיקן גלח, יתרו. שפּעטער, האָט ער חתונה געהאַט מיט יתרוס טאָכטער — ציפּורה.
ווען דער בייזער מיצרישער קיניג האָט געטראַכט, וואָס צו טאָן מיט די ייִדן, האָט ער געפֿרעגט, ווי עס דערציילן די חז״ל, דרײַ חכמים: בלעם, יתרו און איובֿ. בלעם האָט געגעבן אַן עצה אויסצוהרגענען די ייִדן. איובֿ האָט גאָרנישט געזאָגט; דערפֿאַר, הגם ער איז שפּעטער געוואָרן אַ גרויסער צדיק, האָט ער אַ סך געליטן אין זײַן לעבן. יתרו איז אָבער אַנטלאָפֿן פֿון פּרעהס הויף, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט זיך באַטייליקן אין די מערדערישע פּלענער.
דאָס הייסט, אַז יתרו איז געווען, בײַם אָנהייב, נישט קיין ייִד און דערצו האָט ער געהאַט אַ נאָענטע שײַכות צו די העכסטע ראַנגען פֿון דער מיצרישער מלוכה, וועלכע האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן און פֿאַרגאָסן דאָס ייִדישע בלוט. פֿונדעסטוועגן, איז ער געווען אַן אָרנטלעכער מענטש, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַן עצה וועגן אַ בפֿירוש אוממענטשלעכער פֿראַגע.
פּונקט אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט דערציילט, ווי אַזוי משה רבינו האָט באַקומען די תּורה. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אינעם גאַנצן חומש איז נישטאָ קיין פּרשה, וואָס טראָגט משהס נאָמען.
די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן יתרוס באַשלוס צו ווערן אַ ייִד. ער איז געקומען אינעם מידבר, צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער און אייניקלעך — דאָס הייסט, מיט משה רבינוס ווײַב און צוויי זין, וועלכע זענען געבליבן אין מדין, ווען משה האָט זיך אומגעקערט קיין מצרים, כּדי צו באַפֿרײַען זײַן פֿאָלק.
בײַם אָנהייב, פֿלעגט משה רבינו אַליין ענטפֿערן אַלע שאלות פֿון די ייִדן. ווען זײַן ניט־ייִדישער שווער — ווי דערמאָנט, אַ געוועזענער הויכראַנגיקער עצה־געבער, וועלכער האָט געדינט בײַ פּרעהן — איז אָנגעקומען אינעם מידבר, האָט ער פֿאָרגעלייגט משהן אויסצוקלײַבן די בעסטע דיינים, וועלכע זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אין עשירות און שטרעבן בלויז צום יושר. אַזעלכע דיינים וואָלטן געקאָנט לייזן ס׳רובֿ סיכסוכים צווישן די ייִדן; משה וואָלט געמוזט ענטפֿערן בלויז אויף די סאַמע קאָמפּליצירטע פֿראַגעס.
משה האָט זיך צוגעהערט צו זײַן שווערס עצה. שפּעטער האָט דער באַשעפֿער אַליין געגעבן אַ מיצווה אײַנצושטעלן אַזאַ סיסטעם פֿון דיינים, ווי יתרו האָט פֿאָרגעלייגט. די חז״ל זאָגן, אַז דער נאָמען "יתרו", וואָס שטאַמט פֿונעם שורש, וואָס מיינט "צוגעבן", איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס צוליב יתרוס עצה איז צוגעגעבן געוואָרן אַ נײַע פּרשה צו דער הייליקער תּורה.
ווײַטער, ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה דערציילט וועגן דער מתּן־תּורה. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט, אַז ייִדן זענען אויסדערוויילט פֿון אַלע פֿעלקער; די ייִדן האָבן זיך געגרייט במשך פֿון דרײַ טעג און, פֿופֿציק טעג נאָך יציאת־מצרים, האָבן זיי באַקומען פֿונעם הימל די צען געבאָט. די חז״ל דערקלערן, אַז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק האָט אויסגעהערט די ערשטע צוויי מיצוות, וואָס זענען דער תּמצית פֿון דער גאַנצער תּורה — צו גלייבן אינעם אייבערשטן, וועלכער האָט זיי געלייזט פֿון מצרים, און נישט צו דינען קיין אַנדערע געטער; און משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט פֿונעם באַרג די לוחות מיט אַלע עשׂרת־הדברות.
פּונקט די הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער אויסדערוויילטקייט פֿון די ייִדן און וועגן דער מתּן־תּורה, ווערט אָנגערופֿן לכּבֿוד אַ געוועזענעם דרויסנדיקן מענטש, וועלכער האָט פֿריִער געדינט ווי אַן עצה־געבער בײַ פּרעהן. פּונקט צוליב דעם, האָט ער אַרויסגעוויזן אַן אָרגאַניזאַטאָרישן טאַלאַנט, און האָט געגעבן אַן עצה, וועלכע איז אַרײַנגעשריבן געוואָרן אין דער תּורה, נאָך אַ באַפֿעל פֿונעם באַשעפֿער אַליין.
די דאָזיקע מעשׂה ווײַזט אָן, אַז די ייִדישע "אויסדערוויילטקייט" ווענדט זיך אינעם מאָראַלישן ניוואָ פֿון קאָנקרעטע מענטשן. יתרו האָט געגעבן זײַן עצה מיטן גאַנצן האַרצן, לשם־השמים — דערפֿאַר איז זי געוואָרן אַ טייל פֿון דער תּורה און די גאַנצע פּרשה, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דער מתּן־תּורה, טראָגט זײַן נאָמען.
רבי מנחם מאירי, רבי נחמן בראַצלעווער און אַ צאָל אַנדערע גרויסע רבנים און צדיקים דערקלערן, אַז יעדער עכט־מאָראַלישער, גײַסטיק־דערהויבענער מענטש, האָט אַ הייליקע נשמה און איז אויסדערוויילט — אויב אַפֿילו ער קלײַבט זיך נישט צו ווערן אַ ייִד אינעם פֿאָרמעלן זין פֿון וואָרט און פֿאָלגט אַן אַנדער רעליגיע. בעת דער מתּן־תּורה זענען די ייִדן אָבער געוואָרן אַ פֿאָלק, וואָס פֿירט אויס די מיסיע צו פֿאַרווירקלעכן די דאָזיקע אַלמענטשלעכע אויסדערוויילטקייט אויף אַ קאָלעקטיוון אופֿן.
די מפֿרשים באַמערקן, אַז דער נאָמען יתרו האָט די זעלבע גימטריא, ווי דאָס וואָרט "התּורה" — מיט אַ באַשטימטן אַרטיקל. ייִדישקייט ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ ספּעציפֿיש־ייִדישע רעליגיע. הגם דאָס איז טיילווײַז אמת, וואָס שייך אַ טייל פֿון די מיצוות, מוז מען אויך געדענקען, אַז די אַלגעמיינע מענטשלעכקייט איז דער וויכטיקסטער און הייליקסטער אַספּעקט פֿון עבֿודת־השם. אַרדבה, מע קאָן זאָגן, אַז דווקא צוליב דעם אוניווערסאַלן אַספּעקט, ווערט ייִדישקייט פֿאַרוואַנדלט אין "התּורה" — אַ לעבעדיקער, קאָנקרעטיזירטער דרך פֿונעם לעבן.