שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע
איך האָב ליב מײַן זיידן, אָבער ער מישט זיך איצט אַרײַן אין מײַן לעבן. איך באַקום נאָר גוטע צייכנס אין שול, און איך שיק איצט אַפּליקאַציעס אָנצוקומען אין אַ קאָלעדזש. איך וויל זיך נישט פֿאַרשרײַבן אין די עליטאַרע "אײַווי־ליגע"־שולן. פֿאַר וואָס? קודם־כּל וויל איך נישט פֿילן קיין גרויסן דרוק ווען איך שטודיר, ווי מע פֿילט אין די קאָלעדזשעס. סײַ־ווי־סײַ וועט מען מיך נישט אָננעמען אין אַזאַ שול, וויל איך ווערן אַ דאָקטער. אָבער דער עיקר — די מעדיצין־שול וועט זײַן זייער טײַער, און איך זע נישט קיין סיבה, איך זאָל נישט שפּאָרן געלט ווי אַ ביז־גראַדויִר־סטודענט, אויב איך פֿאַרשרײַב זיך אין אַ גוטן שטאַטישן אוניווערסיטעט (אין ניו־דזשערזי, וווּ איך וווין זענען פֿאַראַן עטלעכע גוטע אוניווערסיטעטן אַזוינע).
מײַן זיידע אָבער קלינגט מיר יעדן טאָג און דערגייט מיר, און מײַנע טאַטע־מאַמע, די יאָרן צוליב אונדזערע "שלעכטע באַשלוסן". ער האָט אַפֿילו געקלונגען דעם צולאָז־ביוראָ פֿון "פּען"־אוניווערסיטעט, כּדי צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿאַר מיר. איך האָב אים ליב, אָבער ער מאַכט מיך משוגע און איך ווייס נישט, וואָס איך זאָל טאָן ער זאָל אויפֿהערן.


זײַן אייניקל



טײַער אייניקל,
עס קלינגט ווי איר זענט אַ קלוגע, מאָטיווירטע יונגע פֿרוי, וועלכע קען גאַנץ גוט אַליין באַשליסן פֿאַר זיך. האָב איך צוויי פֿאַרלייגן פֿאַר אײַך: דער ערשטער — פֿאַרבעט אײַער זיידן אויף מיטיק, כאָטש איר זענט אפֿשר קעגן אַזאַ באַגעגעניש אין דעם איצטיקן מאָמענט. זאָגט אים, אַז איר האָט אים ליב און פֿאַרשטייט זײַן זאָרג פֿאַר אײַער צוקונפֿט, אָבער דעם באַשלוס וועגן קאָלעדזש דאַרפֿט איר אַליין מאַכן. גיט אים צו וויסן, אַז איר פֿאַרשטייט זײַנע געפֿילן און וואָלט געוואָלט האָבן בעסערע באַציִונגען מיט אים אַרום אַנדערע ענינים, אָבער נישט וועגן קאָלעדזש.
אויב אַזאַ דירעקטער צוגאַנג טויג נישט, דאַרפֿט איר בעטן בײַ אײַערע טאַטע־מאַמע זיי זאָלן אײַך צוהעלפֿן. אַזוי ווי דער זיידע איז אײַער טאַטעס אָדער מאַמעס טאַטע, וואָלטן זיי געדאַרפֿט נעמען אַ וואָרט לטובֿת אײַערע געפֿילן.


טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן און איך גייען זיך אין גיכן אַריבערציִען אין אַ דירה נאָך 21 יאָר וווינען אין אונדזער הויז. וואָס איז די פּראָבלעם? איך האָב צופֿיל זאַכן! ס׳איז מיר שווער עפּעס אַרויסצוּוואַרפֿן. מיר קריגן זיך כּסדר, און ער זאָגט, אַז ער וועט באַגרענעצן די צאָל קעסטלעך וואָס איך מעג אײַנפּאַקן. מיר האָבן ביכער, וואָס איך האָב געלייענט מיט יאָרן צוריק, וואָס איך מיין, אַז אונדזערע קינדער וואָלטן זיי אויך געוואָלט לייענען. מיר האָבן קליידער וואָס פּאַסן שוין נישט פֿאַר אונדז, אָבער רופֿן אַרויס זיסע זכרונות פֿון דער יוגנט. אַלצדינג איז פֿאַרבונדן מיט אַ מעשׂה. ווי אַזוי זאָל איך באַשליסן, וואָס צו לאָזן און וואָס נישט? ס׳איז מיר נישט גרינג זיך צו געזעגענען מיט די זאַכן.


די אָנזאַמלערין



טײַערע אָנזאַמלערין,
איך לייג אײַך פֿאָר, איר זאָלט אײַנפֿירן אַ פֿאָטאָ־זשורנאַל פֿון די אַלע זאַכן וואָס איר האַלט נישט. אויב געוויסע קליידער דערמאָנען אײַך אין אַן אָוונט פֿון אַמאָל, פֿאָטאָגראַפֿירט עס און האַלט דאָס בילד אינעם אַלבאָם. שרײַבט עפּעס אָן וועגן יענעם אָוונט. דאָס שרײַבן וועט דינען ווי אַ מין טעראַפּיע פֿאַר אײַך און די אַלבאָמען וועלן זיכער פֿאַרנעמען ווייניקער אָרט, ווי די זאַכן אַליין. פֿרעגט בײַ אײַערע קינדער, צי זיי ווילן אײַערע ביכער און די אַנדערע זאַכן. אויב זיי זאָגן "מוחל טובֿות", שענקט זיי צו די צדקה־אָרגאַניזאַציעס. אפֿשר ווילן אַנדערע מענטשן אײַערע ביכער און קליידער. וואָלט נישט בעסער געווען, ווען איר ווייסט, אַז עמעצער וואָס דאַרף די זאַכן ניצט זיי, טראָגט זיי, אַנשטאָט זיי זאָלן אָנזאַמלען שטויב און דערקוטשען אײַער מאַן?


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024