די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש — "ויקראָ". דער הײַנטיקער שבת איז אויך ראָש־חודש ניסן — דער טאָג, וואָס ווערט באַטראַכט אין ייִדישקייט, אין אַ געוויסן זין, ווי אַן אָנהייב פֿונעם יאָר.
הגם דער יום־טובֿ ראָש־השנה, ווען אָדם־הראשון איז באַשאַפֿן געוואָרן, ווערט געפּראַוועט ווי דאָס ייִדישע נײַע יאָר, הייבט מען אָן צו רעכענען די ייִדישע חדשים דווקא פֿון ניסן; תּשרי איז דער זעקסטער, און נישט דער ערשטער, חודש.
ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, איז דער חומש "בראשית" געווידמעט דער טעמע פֿונעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף פֿון דער מענטשלעכער פּערספּעקטיוו. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שטייט אינעם צענטער פֿון דער גאַנצער תּורה דער מענטש, און נישט דער אייבערשטער, וועלכער בלײַבט אַן אַבסטראַקטער אַבסאָלוט, וואָס קאָן אָנגערופֿן ווערן ג־ט נאָר לגבי די באַשעפֿענישן.
דער אַנטפּלעקטער אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט, וועלכן מיר קאָנען באַנעמען ווי ג־ט, אָנגערופֿן "פּרצוף זעיר אַנפּין" אין קבלה, ווערט אויך אָנגערופֿן, מעטאַפֿאָריש, "אָדם". ווי עס שטייט אין דער פּרשה "בראשית", איז דער מענטש באַשאַפֿן געוואָרן בצלם־אלוקים, אינעם געשטאַלט פֿונעם באַשעפֿער. ווי דער ליובאַוויטשער רבי און אַנדערע חסידישע רביים דערקלערן, קאָן מען זאָגן פֿאַרקערט: דער אייבערשטער אַנטפּלעקט זיך לגבי אונדז אין אונדזער געשטאַלט.
עס שטייט, אַז די נבֿיאים זענען געווען "מדמים צורה ליוצרה" — אײַנגעזען אינעם באַשעפֿער אַ כּמו־מענטשלעכע צורה, אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער אייגענעם שׂכל. ווען אַ מענטש קוקט זיך אַרײַן אינעם וואַסער פֿונעם אָקעאַן, דערזעט ער דאָרטן אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זײַן אייגן פּנים. דער אַבסאָלוט — די "סיבה־הראשונה" — איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן און השׂגות און קאָן באַנומען ווערן בלויז דורך פּערזענלעכע מענטשלעכע אָפּשפּיגלונגען. להיפּוך צום וואַסער פֿונעם אָקעאַן, זענען מיר אָבער אַליין אַ טייל פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף; די מענטשלעכע עקזיסטענץ אינעם ג־טלעכן עצם איז מעגלעך צוליב אונדזער סוביעקטיוון און רעלאַטיוון אויפֿנעם.
בקיצור, איז דער חומש "בראשית" געווידמעט דער טעמע פֿונעם וועלט־באַשאַף אין שײַכות צו אונדז. מיליאַרדן יאָר פֿון דער אוניווערס־עוואָלוציע ווערן דעריבער באַטראַכט בלויז ווי זעקס טעג פֿון מעשׂה־בראשית לגבי דעם מענטשלעכן לעבן, וואָס פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אין דער תּורה.
אינעם חומש "שמות", וועלכער הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן יעקבֿ אָבֿינוס אָנקום קיין מצרים מיט זײַן משפּחה, גייט אַ רייד וועגן דעם "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הגם דער מענטש פֿאַרנעמט טאַקע דאָס צענטראַלע אָרט אין דער תּורה און אין דער וועלט, איז אַ יחיד אַ סך קלענער ווי דער ציבור. ווי עס ווײַזט אָן די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים און דער אויפֿבוי פֿונעם מישכּן, ווערט ג־טלעכקייט אַנטפּלעקט צום שטאַרקסטן דורכן אַחדות און ברידערשאַפֿט צווישן די מענטשן.
הגם די תּורה פֿאָקוסירט זיך, דער עיקר, בלויז אויפֿן ייִדישן פֿאָלק, ווי אַ מוסטער, איז די סאָלידאַריטעט פֿון דער גאַנצער מענטשהייט די גרעסטע סגולה צו דערגרייכן רוח־הקודש, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם "ספֿר־הברית" פֿון רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ — אַ גרויסער מקובל און בעל־מוסר. דער באַקאַנטער אויסדרוק, אַז "ג־ט איז ליבשאַפֿט", וואָס ווערט, געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מיט ניט־ייִדישע טראַדיציעס, שטימט מיט קבלה; דאָס וואָרט "אהבֿה" — ליבשאַפֿט — איז אַ ג־טלעכער נאָמען, אַ וואַריאַציע פֿונעם שם־השם, וואָס באַקומט זיך, אויב מע טוישט אויס די אותיות על־פּי־קבלה, לויט געוויסע פֿאָנעטישע כּללים.
דאָס מענטשלעכע אַחדות און ליבשאַפֿט לשם־שמים איז בעצם די גרעסטע סגולה צו אַנטפּלעקן די ג־טלעכע "פּרצופֿים" — אַרײַנצוברענגען אין דער נשמה אַ השׂגה פֿון ג־טלעכקייט, און צו פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גרויסן מישכּן פֿאַר דער הייליקער שכינה.
אינעם חומש "שמות" ווערט כּסדר דערקלערט, ווי דאָס מחלוקת צווישן מענטשן דערווײַטערט ג־טלעכקייט פֿון דער וועלט — הגם דער אייבערשטער איז דער אמתער עצם פֿון אַלץ — און די דאָזיקע דערווײַטערונג איז בלויז אַן אילוזיע. און פֿאַרקערט, ווען די ייִדן זענען באַפֿרײַט געוואָרן פֿון שקלאַפֿערײַ און דערגרייכט די הויכע גײַסטיקע "וועלט פֿון פֿרײַהייט", עלמא דחירותא, און ווען זיי האָבן אויסגעבויט צוזאַמען דעם מישכּן, דורך אַ האַרמאָנישער ברידערלעכער עבֿודה, האָט די שכינה אָנגעפֿילט דאָס אויסגעבויטע הייליקע אָרט, דורכברעכנדיק די גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות.
מע קאָן זאָגן, אַז אין דער הײַנטיקער פּרשה הייבן מיר אָן לייענען וועגן אַן אַנדער מין "בראשית".
"ויקרא אל משה, וידבר ה׳ אליו" — דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, און אָנגעזאָגט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן ברענגען קרבנות. "אָדם כּי יקריבֿ מכּם קרבן לה׳" — בוכשטעבלעך, "אויב אַ מענטש פֿון אײַך וועט ברענגען אַ קרבן פֿאַרן אייבערשטן". ווײַטער גיט די תּורה איבער די פּרטים פֿון פֿאַרשיידענע מינים קרבנות — ווי אַ טאָג־טעגלעכער צייכן פֿון דאַנקבאַרקייט פֿאַרן רבונו־של־עולם, צוליב שלום און וווילזײַן, ווי אַ סימן פֿון איבערגעגעבנקייט פֿאַרן באַשעפֿער, אָדער ווי אַ כּפּרה פֿאַר עבֿירות.
די קלאַסישע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן דערקלערן, אַז במשך פֿון דער צײַט האָבן די ייִדן אויסגעלערנט צו פֿאַרבינדן זיך מיטן אייבערשטן דורך ריין־רוחניותדיקע מיטלען — דער עיקר, דורך די תּפֿילות, וועלכע האָבן באַזײַטיקט די קרבנות. משה נרבוני, אַ טיפֿער קאָמענטאַטאָר פֿונעם רמב״מס גרויסן פֿילאָסאָפֿישן ספֿר "מורה נבֿוכים", האָט באַמערקט, אַז מע קאָן דערגרייכן דעם זעלבן גײַסטיקן עפֿעקט, אין פּרינציפּ, בלויז דורך מעדיטאַטיווער קאָנצענטראַציע פֿונעם שׂכל, אַפֿילו אָן ווערטער. אין דער גמרא שטייט טאַקע געשריבן, אַז אַ ייִד, וואָס לערנט תּורה אַ גאַנצן טאָג, אָדער איז פֿאַרנומען מיט עפּעס אַן אַנדער מיצווה, מוז נישט דאַוונען — לכל־הפּחות, טעאָרעטיש.
דער חומש "ויקראָ" הייבט זיך אָן מיט אַ פֿראַזע, וווּ דער אייבערשטער ווערט נישט דירעקט דערמאָנט. דאָס ווײַזט אָן אויף דעם, וואָס ג־טלעכקייט איז קיינמאָל נישט "אין דרויסן", אין דער אמתן; ס׳איז דער אינערלעכער נשמה־עצם, וואָס רופֿט דעם מענטש צו זיך, פֿון חיצוניות צו פּנימיות.
לויט דעם באַקאַנטן חסידישן פּירוש, זאָגט די תּורה אָן, אַז די מענטשן זאָלן ברענגען די קרבנות "מכּם" — בוכשטעבלעך, פֿון זיך אַליין. דער עיקר־קרבן איז די פּערזענלעכע מסירת־נפֿש; די בהמות זענען געווען אַ סימבאָל, וועלכער פֿלעגט אַרויסרופֿן די אינערלעכע גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן. דער גײַסטיקער וועג, דער אינערלעכער "בראשית" פֿון יעדן מענטש, הייבט זיך אָן פֿון מסירת־נפֿש, פֿון דער גרייטקייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון די גשמיותדיקע תּאוות און גאווה. אויב דער חומש "בראשית" דערציילט וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער פֿיזישער וועלט, און דער חומש "שמות" — וועגן סאָציאַלער אַנטוויקלונג, דערציילט דער דריטער טייל פֿונעם חומש וועגן דער אינערלעכער אַנטוויקלונג — דער וועג פֿון גשמיות אין די אינערלעכע טיפֿענישן, צו דער ג־טלעכער עצם־נשמה, וואָס רופֿט דעם מענטש כּסדר צו זיך.