אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר אָנגעהויבן צו באַטראַכטן דעם לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "ויקראָ". אין פֿאַרגלײַך מיט די ערשטע צוויי טיילן פֿון דער תּורה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף און דער סאָציאַלער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בפֿרט, און פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט בכלל, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם איצטיקן, דריטן חלק, ווי אַ דערציילונג וועגן דעם אינערלעכן "בראשית" פֿון דער מענטשלעכער נשמה, וועלכע דערוועקט זיך פֿון איר שלאָף אין דער פֿינצטערניש פֿונעם גראָבן גשמיות, זיך צוהערנדיק צום ג־טלעכן רוף, וועלכער קומט פֿון איר טיפֿן עצם און ברענגט זי אַרויף, טראַנספֿאָרמירנדיק גשמיות גופֿא אין רוחניות.
אין דער אמתן, ווי עס ווערט דערקלערט אין קבלה און חסידות, איז דער חילוק צווישן גשמיות און רוחניות אַ רעלאַטיווער און אַ סוביעקטיווער. בעצם, ווי דער בעל־שם־טובֿ פֿלעגט זאָגן, איז ג־ט אַלץ און אַלץ איז ג־ט; סײַ די מאַטעריעלע וועלט, סײַ די העכסטע מדרגות פֿון רוחניות, זענען ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען. אַ גײַסטיק דערהויבענער מענטש קאָן דערזען די הייליקע שכינה אין די גראָבסטע גשמיותדיקע זאַכן, און אַ פֿאַרגרעבטער מענטש קאָן אָפּטײַטשן, נעבעך, די העכסטע רוחניותדיקע אידעע אויף אַ פֿאַרדאָרבענעם גראָבן אופֿן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד ווײַטער וועגן די קרבנות. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַהאַנדלט מיט אַ וואָך פֿריִער, איז דער עיקר־קרבן דאָס אייגענע מסירת־נפֿש און איבערגעגעבנקייט פֿונעם מענטש אַליין. הגם, ווי עס דערקלערן די מקובלים, פֿלעגן אין די גשמיותדיקע בהמות, וועלכע מע האָט מקריבֿ געווען אינעם בית־המיקדש, מגולגל ווערן מענטשלעכע נשמות, כּדי צו באַקומען זייער תּיקון דורכן קרבן, איז אָבער דער פּשוטער באַדײַט פֿון די קרבנות אַ פּסיכאָלאָגישער. דער טויט פֿון די בעלי־החיים האָט סטימולירט דאָס תּשובֿה־געפֿיל אינעם מענטש.
ווי עס דערקלערן די ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, האָבן די ייִדן במשך פֿון די דורות אַנטוויקלט אַ העכערן דרך פֿון עבֿודת־השם און האָבן מער נישט געמוזט ברענגען מער קיין קרבנות. הגם דאָס איז געשען ווי אַ בײַ־עפֿעקט בעת דער טראַגעדיע פֿונעם חורבן־בית־המיקדש, באַווײַזט דער עצם־אויפֿהער פֿון דער עבֿודת־הקרבנות, אַז די ייִדן — און, מסתּמא, די מענטשלעכע ציוויליזאַציע אין אַלגעמיין — האָט דערגרייכט אַ העכערן שטאַפּל אין דער אַנטוויקלונג פֿון גײַסטיקע השׂגות.
הרבֿ שלמה־יצחק שיינפֿעלד, אַ פּראָמינענטער ליטווישער רבֿ פֿון קאָוונע, האָט צוליב דעם געהאַלטן, אַז ס׳איז כּדאַי אַרויסצונעמען פֿונעם נוסח־תּפֿילה די בקשות צו באַנײַען די קרבנות, ווײַל אין משיחס צײַטן וועט מען נישט מקריבֿ זײַן מער קיין חיות אויפֿן מזבח. זײַנע אָפּאָנענטן האָבן קריטיקירט אַזאַ פֿאָרלייג, ווײַל בלויז אַזעלכע גרויסע חכמים, ווי די אַמאָליקע מחברים פֿונעם סידור, האָבן רעכט צו מאַכן אַזאַ באַשלוס. דער עצם־געדאַנק, אַז אין דער גאולה־צוקונפֿט וועט מען נישט דאַרפֿן שעכטן קיין בהמות פֿאַר אַ קרבן, איז אָבער באַקאַנט.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען אָבער זאָגן, אַז פּונקט צוליב דעם האָבן אַלע ערטער אינעם נוסח־תּפֿילה, וווּ עס ווערן דערמאָנט די קרבנות, אַ נאָך אַ גרעסערע ווערט. ס׳איז נישט בלויז דערמאָנונגען וועגן ספּעציעלע מיצוות, וועלכע מע קאָן נישט הײַנט אויספֿירן, און וועלכע וועלן קומען צוריק בלויז אין משיחס צײַטן, נאָר בעצם אַ מיטל אויסצופֿירן די זעלבע עבֿודה אויף אַ ריין־גײַסטיקן שטייגער. די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז פֿאַרשיידענע מינים קרבנות, מיט אַלע זייערע פּרטים, שטימען מיט פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון תּשובֿה און מסירת־נפֿש. ווען מע דערמאָנט די גשמיותדיקע קרבנות מיט אַ ריכטיקער כּוונה, קאָן מען צוקומען צו די דאָזיקע מדרגות, נישט שעכטנדיק קיין פֿיזישע בהמות. די בקשות צו באַנײַען די קרבנות, אַזוי ווי געוויסע אַנדערע ענינים וואָס שייך ביאת־המשיח, קאָן מען אָפּטײַטשן אַלעגאָריש — ווי אַ האָפֿענונג, אַז אַלע מענטשן וועלן דערגרייכן אין דער צוקונפֿט אַ הויכן גײַסטיקן מצבֿ, וואָס וועט שטימען מיט פֿאַרשיידענע מינים עבֿודת־הקרבנות.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון קרבן-עולה. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קרבנות, וואָס די כּהנים אָדער געוויינטלעכע מענטשן האָבן זיי געגעסן, פֿלעגט מען פֿאַרברענען די עולה אינגאַנצן. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע קרבנות, ווי חטאת און אָשם, וועלכע האָבן מכפּר געווען אויף קאָנקרעטע פֿיזישע עבֿירות, האָט דער דאָזיקער קרבן מכפּר געווען, ווי עס שטייט אין מדרש, אויף שלעכטע געדאַנקען.
די פּרשה הייבט זיך אָן מיטן וואָרט "צו" — אַ קורצע פֿאָרעם פֿונעם ווערב, פֿון וועלכן עס שטאַמט דאָס וואָרט "מיצווה". דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן ברענגען דעם קרבן־עולה און אַנדערע קרבנות אויפֿן מזבח, וווּ דאָס פֿײַער מוז ברענען די גאַנצע צײַט. רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט "צו" ווערט באַנוצט, ווען די תּורה באַטאָנט אונדז, אַז די מיצווה פֿון קרבן־עולה מוז אויסגעפֿירט ווערן זייער גענוי, און אַז דער דאָזיקער אָנזאָג איז אַקטועל אויף אייביק פֿאַר די קומענדיקע דורות.
אויפֿן ערשטן בליק, קומט רש״יס פּירוש אין סתּירה מיט דער דערמאָנטער פּאָזיציע פֿון פֿילאָסאָפֿן און מקובלים, לויט וועלכער הײַנט נייטיקן מיר זיך נישט אין קיין גשמיותדיקע קרבנות — שוין אָפּגערעדט פֿון די גאולה־צײַטן, ווען די וועלט וועט דערגרייכן נאָך אַ העכערע מדרגה פֿון השׂגה. אויב אַנשטאָט דעם קרבן־עולה דינט הײַנט אונדזער אינערלעכער ברען צו עבֿודת־השם, ווי אַזוי קאָן מען מקיים זײַן אַזאַ ריין־גײַסטיקע מיצווה אויף אייביק גענוי, ווי עס שטייט אין דער תּורה?
דער סודילקעווער רבי, אַן אייניקל פֿונעם בעל־שם־טובֿ און אַ יסודותדיקער חסידישער דענקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר "דגל־מחנה־אפֿרים", אין שײַכות צו אונדזער פּרשה, אַז דאָס וואָרט "מיצווה" ("מצוה" אינעם טראַדיציאָנעלן אויסלייג) מיינט, אינעם טיפֿערן זין, נישט אַ באַפֿעל, נאָר אַ קאַנאַל — "צוותּא", פֿאַרבינדונג — וואָס פֿאַרבינדט דעם מענטש מיט זײַן ג־טלעכן עצם.
דער אות "צדיק", לויט דעם קבלה־שיפֿער "אַתּב״ש", ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ "הא". עס באַקומט זיך, אַז דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה שטעלט מיט זיך פֿאָר צוויי אותיות פֿונעם שם־השם. דער ערשטער, באַהאַלטענער אות "הא", סימבאָליזירט די הייליקע שכינה — דעם אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט, וואָס שטעקט אין דער וועלט. דורך אונדזער עבֿודה, קאָנען מיר עס אַנטפּלעקן.
דער פּראָצעס פֿון אַנטפּלעקונג קאָן דורכגעפֿירט ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, נישט בלויז פֿיזישע מיטלען. ער פֿאָדערט אָבער תּמיד די זעלבע קאָנצענטראַציע, דעם זעלבן אַכט און כּוונה, ווי די גענויע פּרטים פֿונעם קאָמפּליצירטן קרבן־ריטואַל. דווקא דורך טיפֿער און גענויער דיסציפּלינירטער זעלבסט־קאָנצענטראַציע, קאָנען מיר אַנטדעקן די שכינה סײַ אין זיך אַליין, סײַ אין דער גאָרער וועלט.