מיט עטלעכע וואָכן צוריק, ווען מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען דעם דריטן חלק פֿונעם חומש, "ויקראָ", האָבן מיר באַמערקט, אַז אַזוי ווי דער ערשטער טייל פֿון דער תּורה, "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם וועלט-באַשאַף, און דער צווייטער טייל, "שמות", וואָס דערציילט וועגן דער פאָרמירונג פונעם ייִדישן פאָלק ווי אַ גרופּע און וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט אין אַלגעמיין, האָט דער לייטמאָטיוו פֿונעם דריטן תּורה־טייל אויך צו טאָן מיט אַן אָנהייב און אַנטוויקלונג. דער חומש "ויקראָ" עפֿנט זיך מיט אַ פֿראַזע, וווּ דער אייבערשטער ווערט נישט דירעקט דערמאָנט: און ער — דאָס הייסט, דער רבונו־של־עולם — האָט אים גערופֿן. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער נאָמען פֿונעם מענטש, צו וועלכן דער אייבערשטער האָּט זיך געווענדט — משה רבינו — ווערט אין דער דאָזיקער פֿראַזע אויך נישט דערמאָנט.
דער אייבערשטער איז קיינמאָל נישט "אין דרויסן". דאָס ג־טלעכע עצם רופֿט דעם מענטש צו געפֿינען ג־ט אין זיך. ווען מע זאָגט, אַז דער באַשעפֿער איז "אין הימל", מיינט עס, אַז ער איז אינעם סאַמע "שפּיץ" פֿון אונדזער אייגענער עקזיסטענץ. און פֿאָרט, וואָלט עס געווען אויך נישט ריכטיק צו זאָגן, אַז ג־ט און די טיפֿע נאַטור פֿונעם מענטש און פֿון דער וועלט איז ממש די זעלבע זאַך. ווען אַ מענטש פֿאַרגעטלעכט זיך אַליין, חלילה, פֿאַלט ער אַרײַן אין אַן עגאָיִסטישן נאַרציסיזם, וועלכער טרײַבט אים דווקא אַוועק פֿון זײַן ג־טלעכן עצם, אינעם אינערלעכן גלות אַרײַן. פּאַראַדאָקסיש, ווען אַ מענטש אָנטדעקט אין זיך דאָס ג־טלעכע ליכט, גייט ער אַרויס פֿון זײַן עגאָ. דעריבער, ווען דער באַשעפֿער האָט גערופֿן משה רבינו, איז אינעם דאָזיקן רוף אָנטפּלעקט געוואָרן דער אמת, אַז דאָס מענטשלעכע וועזן איז אַן אילוזיע לגבי דעם אייבערשטן און, מיטאַמאָל, דער באַנעם פֿון ג־ט ווי אַ באַזונדערער דרויסנדיקער סוביעקט איז אויך אַן אילוזיע; עס בלײַבט בלויז דער טיפֿער עקזיסטענציעלער רוף, אין וועלכן ס׳איז בכלל נישטאָ קיין חילוק צווישן דעם סוביעקט און אָביעקט.
דער דאָזיקער רוף, וועלכער דערמעגלעכט דעם מענטש צו עקזיסטירן און מיטאַמאָל ברענגט אים אַרויס פֿון זײַן באַגרענעצטער עקזיסטענץ ווי אַ באַזונדערער סוביעקט, איז דער לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "ויקראָ", וועלכער הייבט זיך אָן מיט דער טעמע פון קרבנות, וואָס די מענטשן האָבן געזאָלט ברענגען "מכּם" — בוכשטעבלעך, פֿון זיך אַליין. דער עיקר־קרבן איז די פּערזענלעכע מסירת־נפֿש; די גשמיותדיקע קרבנות אינעם בית־המיקדש זענען געווען אַ סימבאָליש מיטל, מסוגל אַרויסצורופֿן די אינערלעכע גרייטקייט מקריבֿ צו זײַן דעם אייגענעם עגאָ לטובֿת דעם ג־טלעכן עצם. דער גײַסטיקער וועג, די פֿעיִקייט זיך איבערצוגעבן צו אַ צווייטן מענטש, צו אַ הויכער אידעע לשם־שמים, איז דער "בראשית" פֿון אַ גײַסטיק־אַנטוויקלטן יחיד. מע קאָן זאָגן, אַז דווקא פֿון דעם הייבט זיך אָן די עכטע מענטשלעכקייט. ווען דער דאָזיקער מענטשלעכער "בראשית" טרעפֿט זיך מיטן ג־טלעכן קוואַל פֿונעם וועזן, קאָנען די מענטשלעכע סאָציאַלע באַציִונגען דערגרייכן דעם תּכלית פֿון אמתער ליבשאַפֿט, אַחדות און פֿרײַהייט, ווי עס וועט זײַן אין משיחס צײַטן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי אויפֿן אַכטן טאָג, "ביום השמיני", נאָך זיבן טעג פֿון ספּעציעלע צוגרייטונגען, האָט משה גערופֿן אַהרנען מיט זײַנע קינדער און געהייסן זיי צו ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם מישכּן. צוויי פֿון אהרן־הכּהנס זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט אַן אייגענעם קטורת; נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי האָבן געהאַט רעכט, ווי כּהנים, צו טאָן די הייליקע עבֿודה, זענען זיי פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער. לויט אַ באַקאַנטן כּלל, ווערט אַ מענטש נישט באַשטראָפֿט אַפֿילו פֿאַר אַן עבֿירה לשמה, אויב מע זינדיקט מיט אַן עכטער כּוונה לשם־שמים און מע ברענגט נישט דערמיט קיין היזק דעם צווייטן; שוין אָפּגערעדט, אַז אַזאַ משונהדיקע שטראָף פֿאַר אַ מיצווה, וואָס נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן זיכער זי געטאָן מיטן גאַנצן האַרצן, זעט אויס אומיושרדיק און שאָקירנדיק.
לויט איין דעה, זענען נדבֿ און אַבֿיהוא אַרײַנגעקומען אינעם מישכּן שיכּורערהייט. אַזאַ פּשט איז אָבער שווער אָנצונעמען בוכשטעבלעך, ווײַל אַהרנס זין זענען געווען אַחריותדיקע מענטשן און גרויסע צדיקים. פֿאַרוואָס וואָלטן זיי אָפּגעטאָן אַזאַ נאַרישע זאַך, ווי שיכּרות בעת דער הייליקער עבֿודה, וועלכע האָט געפֿאָדערט אַן עקסטרעמע קאָנצענטראַציע? די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געווען "גײַסטיק־שיכּור", פֿול מיט שׂימחה, וועלכע האָט זיי געשטערט אָנצוהאַלטן די ריכטיקע כּוונה. לויט אַן אַנדערן, מער ראַדיקאַלן חסידישן פּירוש, האָבן זיי בכּיוון געוואָלט גובֿר זײַן די גרענעצן פון עולם־הזה. זיי האָבן אַליין אַרויסגערופֿן אויף זיך דאָס ג-טלעכע פֿײַער און באַגאַנגען אַ מין מיסטישן זעלבסטמאָרד.
אין דער תּורה טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע אויסנאַמען; ווי מע זאָגט, "רחמנא ליבא בעי" — דער אייבערשטער קוקט אַרײַן אינעם האַרץ און נעמט צומאָל אָן אַ סתּירותדיקע מעשׂה צוליב אַ הייליקער כּוונה. בדרך־כּלל אָבער, הייסט דער ריכטיקער וועג "תּורת־חיים" — די תּורה פֿון לעבן. אַדרבה, עס איז נישטאָ קיין סתּירה צווישן לעבן און דעם גײַסטיקן טרײַבן אַרײַנצורײַסן זיך אין הימל אַרײַן. פּונקט דערפֿאַר, וואָס דער באַשעפֿער איז תּמיד דאָ, אין אונדז, און נישט בלויז אויף יענער וועלט, קאָנען מיר ברענגען דעם גן־עדן אַהער, אין עולם־הזה!
די חז״ל דערקלערן, אַז דער "יום השמיני", דער אַכטער טאָג, ווען די טראַגישע מעשׂה מיט אַהרנס זין איז געשען, איז געווען ראָש־חודש ניסן — דער אָנהייב פֿונעם ערשטן חודש אינעם ייִדישן קאַלענדאַר. הגם אונדזער יאָר הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, זאָגט אָן די תּורה צו רעכענען די חדשים דווקא פֿון ניסן. די צאָל סימבאָליזירט די טראַנסצענדענטאַלע מדרגה מחוץ די גרענעצן פונעם געוויינטלעכן גאַנג פֿון צײַט, וואָס ווערט אײַנגעטיילט אין זיבן וואָך־טעג. נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן געשטרעבט איבערצולעבן דעם "אַכטן טאָג פֿון דער וואָך" — אַ מצבֿ, וואָס אַ לעבעדיקער מענטש איז נישט מסוגל צו דערגרייכן.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דער אַכטער טאָג פֿון דער וואָך, מיטאַמאָל, דער ערשטער. נאָך שבת קומט ווידער זונטיק, און דער פּולס פֿונעם קאָסמאָס גייט אָן צו "קלאַפּן" ווײַטער. הגם דער אינערלעכער ג־טלעכער רוף צו מסירת־נפֿש פֿאַרוואַנדלט אונדז אין אַן עכטע, גייסטיק־אַנטוויקלטע פּערזענלעכקייט, מיינט עס נישט, חס־ושלום, אַז די העכסטע מדרגה אין רוחניות איז אינגאַנצן מחוץ דער גשמיותדיקער וועלט. אַדרבה, הגם מע מוז זײַן גרייט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקע איבערגעגעבנקייט צוליב אַ גוטן צוועק און אַפֿילו, ווען ס׳איז ממש נייטיק, אָפּצוגעבן דאָס לעבן, איז דער תּכלית פֿון מסירת־נפֿש נישט צו אַנטלויפֿן פֿון דער וועלט, נאָר, אדרבה, צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ גן־עדן, וווּ דאָס ג־טלעכע עצם אַנטפּלעקט זיך אין אונדז ווי אַ רוף צו אַ בעסערער מענטשלעכקייט.