חיים ליבערמאַן |
אַ צאָל פֿאַקטאָרן און געשעענישן האָבן געשטופּט דעם "פֿאָרווערטס" אין דער דאָזיקער ריכטונג — פֿון אַנטי-נאַציאָנאַליזם צו אַ "שטילן" נאַציאָנאַליזם. איך וועל דאָ דערמאָנען נאָר איין סיבה, דהײַנו: די צעשפּאַלטונג אין 1921, ווען מער אינטערנאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע סאָציאַליסטן זײַנען אַוועק צו די קאָמוניסטן. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער עולם, וואָס איז פֿאַרבליבן מיטן "פֿאָרווערטס", איז באַשטאַנען פֿון גאָלע נאַציאָנאַליסטן. אָבער די לאָגיק אַליין פֿון בויען אַ מין וואַנט צווישן זיך און די קאָמוניסטן האָט געפֿאָדערט צו באַטאָנען און פֿאַרשטאַרקן די אונטערשיידן מיט זיי. דאָס הייסט, אַז טאָמער בײַ זיי איז עפּעס געווען שוואַרץ, איז אויף דער זײַט געוואָרן ווײַס. די אַלגעמיינע נטיה צו שאַפֿן אַ ווידעראַנאַנד איז תּמיד געווען זייער אָנזעעוודיק.
די אידעאָלאָגישע שינויים אין די פֿריִע 1920ער יאָרן קען מען באַמערקן אויך אין דעם אונטערקלײַב פֿון נײַע זשורנאַליסטן. אַזוי האָט זיך אין יאָר 1924 צווישן די שטענדיקע מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" באַוויזן חיים ליבערמאַן (1890—1963), אַ מענטש פֿון די פּועלי-ציוניסטישע קרײַזן, אַן אַקטיווער טוער פֿון נאַציאָנאַל-ראַדיקאַלע ייִדישע שולן און אַ זשורנאַליסט פֿון דער טעגלעכער ניו-יאָרקער צײַטונג "די צײַט", וועלכע האָט קיין אַריכות-ימים ניט געהאַט. נאָך דעם אונטערגאַנג פֿון דער צײַטונג, האָט ליבערמאַן פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין דײַטשלאַנד, שטודירט דאָרטן ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע (אין 1926 וועט ער באַקומען אַ באַקאַלאַורעאַט פֿון קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט).
אינטערנאַציאָנאַליזם איז, בלי-ספֿק, געווען פֿאַר ליבערמאַנען ניט אַזוי וויכטיק ווי די פֿראַגן פֿון אָפּהיטן ייִדישקייט, זאָל זײַן אַ וועלטלעכע (ער אַליין איז לסוף געוואָרן פֿרום), צווישן די אַמעריקאַנער געבוירענע קינדער. וועגן דעם האָט ליבערמאַן געשריבן נאָך איידער ער איז געקומען אַרבעטן אין "די צײַט". זײַן ערשטע דערפֿאַרונג אין ייִדישן זשורנאַליזם האָט ער דאָך געקראָגן אין דער אָרטאָדאָקסישער צײַטונג — דער ערשטער טעגלעכער אין ניו-יאָרק — "ייִדישעס טאַגעבלאַט". למשל, דעם 18טן דעצעמבער 1916 האָט ער זיך געוואָנדן צו די ייִדישע עלטערן (דער אַרטיקל האָט געהייסן "דאָס ייִדישע הויז און קריסטמאַס"), זיי זאָלן אָפּגרענעצן זייערע קינדער פֿון דער השפּעה פֿון ניטל. אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט ער געוואָלט זען אַ מחיצה צווישן די צוויי וועלטן — דער ייִדישער און דער קריסטלעכער.
אין "פֿאָרווערטס" האָט ליבערמאַן געשריבן אַרטיקלען אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. אָבער פֿאַרגעדענקען האָט ער זיך פֿאַרגעדענקט, דער עיקר, צוליב זײַנע אומפּשרותדיקע אַטאַקעס אויף אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי חיים זשיטלאָווסקי און שלום אַש. וועגן די דאָזיקע אַטאַקעס איז שוין אַ סך אָנגעשריבן געוואָרן, אַזוי אַז איך וועל זיך דאָ אויף זיי ניט אָפּשטעלן. די איינציקע זאַך, וועלכע איך וויל יאָ דערמאָנען איז, אַז בײַ מיר איז פֿאַרבליבן אַ שלעכטער בײַטעם פֿון לייענען ליבערמאַנס אָנפֿאַלן אויף אָט די צוויי צענטראַלע פֿיגורן אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. איך פֿאַרשטיי, אַז גאָר ניט אַלע האָבן געקענט פֿאַרטראָגן זשיטלאָווסקיס אידעאָלאָגישע שפּרינגערײַ און אַש׳ס פּרוּוון צו געפֿינען אַ פֿאָרמול פֿאַר קריסטלעך-ייִדישער קעגנזײַטיקער פֿאַרשטענדעניש. אָבער ס’איז אויך זייער שווער צו באַרעכטיקן דעם טאָן און די פֿראַזעאָלאָגיע פֿון ליבערמאַנס אָנפֿאַלן.
אָנהייב 1961 האָבן אַ שטאַרקן סקאַנדאַל אַרויסגערופֿן ליבערמאַנס אַרטיקלען מכּוח דעם קאָנפֿליקט פֿון די סאַטמאַרער חסידים (און נאָך מער פֿון די נטורי-קרתּא) מיטן קלויזענבורגער רבי און זײַנע אָנהענגער. ס’איז באַוווּסט, אַז דער קלויזענבורגער רבי, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן (זײַן ערשטע פֿרוי און זייערע עלף קינדער זײַנען אומגעקומען), האָט גערופֿן זײַנע חסידים זיי זאָלן זיך באַזעצן אין ישׂראל. בײַ די אַנטי-ציוניסטישע חרדים האָט עס, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגערופֿן אַ נעגאַטיווע רעאַקציע. אַ סבֿרא, אַז עס זײַנען געווען נאָך אַנדערע סיבות פֿאַרן קאָנפֿליקט אין דער חסידישער וועלט, אָבער דאָס איז אַ טעמע, וועלכע איז מיר כּמעט ניט באַקאַנט; אַזוי, אַז בעסער וועל איך מאַכן וועגן דעם אַ שווײַג. בפֿרט נאָך, אַז איך שרײַב דאָ נאָר וועגן ליבערמאַנס צד אין דעם קאָנפֿליקט. דעם 18טן יאַנואַר 1961, האָט ליבערמאַנס אַרטיקל "לעסטערונג אין ירושלים" דערציילט וועגן די געשעענישן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין די טעג אַנטקעגן שבת פּרשה שמות (דעם 6טן יאַנואַר 1961). אויף יענעם שבת האָט זיך די ירושלימער "ר’ מענדל ראַנדס שול" געגרייט אויפֿצונעמען דעם קלויזענבורגער רבין:
ס’איז געווען דאָנערשטיק בײַ נאַכט, אַנטקעגן פֿרײַטיק ערבֿ יענעם שבת. יענע שול פֿאַרמאַכט זיך אויף דרײַ שעה, פֿון צוועלף בײַ נאַכט ביז דרײַ בײַ טאָג. דרײַ אַ זייגער, ווען די ערשטע ייִדן, תּלמידי-חכמים, אַלטע און יונגע, זײַנען געקומען אין שול אַרײַן צום ערשטן מנין, צו לערנען און דאַוונען, זײַנען זיי פֿאַרציטערט געוואָרן איבערן חורבן, וואָס זייערע אויגן האָבן דערזען.
די ווענט, די פֿענצטער, די סטענדערס, די בימה, די טישן און די בענק, די דילן — אַלץ איז געווען אויסגעשמירט מיט אַלערליי פֿאַרבן, מיט סמאָלע, און אַפֿילו מיט טינוף, און פֿאַרשריבן מיט שמוציקע אויסדריקן פֿון דעם מין, וואָס מע קען גאָרניט איבערגעבן אין אַ צײַטונג. און אַלץ איז געווען איבערגעקערט און צעוואָרפֿן. ס’איז ניט געווען קיין ווינקעלע, וואָס איז ריין געבליבן פֿון וואַנדאַליזם.
און אפֿשר דאָס ערגסטע און שענדלעכסטע פֿון אַלץ איז געטאָן געוואָרן מיטן עמוד, וווּ דער שליח-ציבור שטייט און פֿירט דעם קהל אינעם דאַוונען. פֿון אויבן אויף יענעם עמוד, ווי אומעטום אין שולן און בתּי-מדרשים אין דער גאַנצער וועלט, שטייען אויפֿגעשריבן די ווערטער "שויתי השם לנגדי תּמיד", וואָס איז טײַטש: איך שטעל זיך שטענדיק פֿאָר גאָט אַנטקעגן מיר.
אויך אָט די ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון "תּהילים" אַרויס, זײַנען געווען פֿאַרשמירט און פֿאַרמעקט!
און ווײַטער האָט ליבערמאַן דערקלערט, אַז אַפּגעטאָן האָבן עס חבֿרה-לײַט פֿון דעם חסידישן צד-שכּנגד:
די מענטשן, וואָס האָבן געמעקט דעם "שם", האָבן גוט געוווּסט, אַז זיי זינדיקן, נאָר זיי זײַנען געווען איבערגעצײַגט, אַז מיט דער עבֿודה טוען זיי אַ מיצווה. אין אַנדערע ווערטער: זיי זײַנען אַוועק צום געדאַנק פֿון "הייליקע זינד". "הייליקע זינד" איז געווען דאָס פֿײַער, וואָס האָט געברענט אין שבתי-צבֿי-באַוועגונג. "הייליקע זינד" איז געווען דאָס פֿײַער, וואָס האָט געברענט און פֿאַרברענט די "פֿראַנקיסטן", ביידע באַוועגונגען האָבן זיך אָנגעהויבן כּלומרשט אין קדושה און האָבן זיך געענדיקט אין טומאה, אין עבֿודה-זרה, אין אויסגעלאַסנקייטן און אין שמד.
אין דעם זעלבן טאָן און נאָך מיט מער ביטערקייט (אין דער אמתן, וויל איך פּשוט ניט ציטירן די שאַרפֿסטע ווערטער) האָט ליבערמאַן געשריבן אויך אין אַ וואָך אַרום, אין דעם אַרטיקל "מלחמה אין וויליאַמסבורג". קיין חידוש ניט, אַז בײַ די סאַטמאַרער חסידים איז עס אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַן אָנפֿאַל. איין זאַך איז געווען זיך פֿאַרפֿירן מיט אַ יחיד צי אַפֿילו אַ גרופּע יחידים. גאָר אַן אַנדער זאַך איז געווען אויסצושטיין אַ גוט אָרגאַניזירטע קאַמפּאַניע, וועלכע די באַליידיקטע חסידים האָבן געפֿירט קעגן דעם "פֿאָרווערטס". קודם-כּל, האָט דער סאַטמאַרער צד אָנגעגעבן אין געריכט, פֿאָדערנדיק פֿון דעם "פֿאָרווערטס" און פֿון חיים ליבערמאַנען גופֿא 2.5 מיליאָן דאָלאַר. די רייד איז געגאַנגען ניט נאָר וועגן די צוויי אַרטיקלען, אָבער אויך וועגן ליבערמאַנס בוך "דער רבי און דער שׂטן", וואָס איז אַרויס מיט צוויי יאָר פֿריִער.
אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, האָט דער דאָזיקער לעגאַלער ענין געפּלאַצט און קיין פּרוטה איז ניט אויסגעצאָלט געוואָרן. בינו-לבינו, האָט זיך די קאַמפּאַניע געפֿירט קעגן דעם "פֿאָרווערטס" מצד דעם סאַטמאַרער צד גאָר ניט אָפּגעשטעלט. אין דעם אַרכיוו פֿון דער צײַטונג ליגן כּלערליי מאַטעריאַלן אויף ייִדיש צי קאַליע-ענגליש, וואָס ווײַזן ווי אין די פֿריִע 1970ער יאָרן, לאַנג נאָך ליבערמאַנס פּטירה, האָט מען געסטראַשעט די געשעפֿטן, וועלכע האָבן פֿאַרקויפֿט די צײַטונג. מיר איז ניט באַקאַנט, ווי אַזוי און ווען דאָס אַלץ האָט זיך אָפּגעשטעלט.
איצט איז דאָס שוין געשיכטע, אַ מעשׂה פֿון אַ מאָל. ביידע צדדים אין יענעם קאָנפֿליקט האָבן זיך היפּש געביטן און מע פֿירט ניט קיין חשבונות איינער קעגן אַנדערן. מיר זײַנען, יעדנפֿאַלס, אַזעלכע חשבונות ניט באַוווּסט. חסידישע לייענער שאַפֿן עפּעס אַ חלק, זאָל זײַן אַ קליינעם, פֿון די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". אַ סבֿרא, אַז זייער ווייניק מענטשן געדענקען נאָך דעם ביטערן קאָנפֿליקט פֿון יענער צײַט.