פֿאָרווערטס - 115

(פֿון "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו, פֿעברואַבער 13, 1964)

זייער חשובֿער רעדאַקטאָר
פֿון "פֿאָרווערטס" ד״ר ל. פֿאָגעלמאַן,
איך קום צו אײַך מיט אַ בקשה צו פֿאַרעפֿנטלעכן מײַן בריוו אין "פֿאָרווערטס".
איך, אַהרן קאַרלין, דער רעדאַקטאָר פֿון ליטעראַרישן זשורנאַל "די פֿעדער" וואָס איז דערשינען אין ניו־יאָרק עטלעכע און דרײַסיק יאָר, איז דאָס יאָר געוואָרן אַכציק (80) יאָר. איך ווייס אַז עס איז אַ ווייטיק אַ שרײַבער זאָל אַליין מעלדן זײַן געבוירנטאָג, אָבער אין בריוו האַנדלט זיך ניט וועגן פּראַווען אַ יוביליי פֿאַר מיר, נאָר וועגן עפּעס מער וויכטיקס. איך בין לעצטן זומער געווען אַ גאַנצן סעזאָן אין "אונדזער קעמפּ" פֿון אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. איין מאָל איז אַהין געקומען דער ייִדישער דיכטער חיים גראַדע, פֿאַר אַ לעקציע. איידער ער האָט אָנגעהויבן זײַן לעקציע האָט ער געוויינטלעך, אַלס אַן אַרײַנפֿיר, געזאָגט עטלעכע ווערטער און געמאַכט אַ פּאָר קאָמפּלימענטן דעם פֿאַרבאַנד פֿאַר צוציִען אַזאַ פֿײַנעם עולם, די אָנפֿירער פֿון קעמפּ — פֿאַר זייער אינטעליגענץ אײַנצולאַדן ליטעראַרישע געסט, וואָס ער זעט צווישן עולם דעם באַרימטן דיכטער י. י. שוואַרץ, דעם מחבר פֿון בוך "קענטאָקי". און אָט זעט ער דעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿעדער", אַהרן קאַרלין, וועמען מען קען אָנרופֿן "דער פֿאָטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע". הערנדיק די ווערטער וועגן מיר, האָב איך צו ערשט זיך פֿאַרוווּנדערט און געטראַכט אַז אין שטאָט, צווישן שרײַבער, וואָלט ער דאָס ניט געזאָגט, אָבער זיי האָבן געשמייכלט איראָניש. אָבער גאָט ווייסט דעם אמת אַז אין דעם ווײַטסטן אונטערבאַוווּסטזײַן האָב איך זיך חלילה ניט געהאַלטן פֿאַר אַזעלכן. כאָטש איך מוז מודה זײַן, אַז אַזאַ געפֿיל ווי אַ פֿאַרגעניגן האָב איך אָפֿט יאָ געהאַט בײַם רעדאַקטירן דעם זשורנאַל "די פֿעדער", זעענדיק ווי די נײַע דיכטער און דערציילער וואָס האָבן זיך אָט ערשט גענומען דרוקן אונטער מײַן רעדאַקציע, וואַקסן אויף און ווערן אָנערקענט. און איך, דער גידול־בנים, האָב אויך געפֿילט ווי זיי ווערן גרויס און צעלויפֿן זיך און לאָזן מיך איצטער אָן אַ קנעלונג.
דאָ איז פּאַסיק, דענק איך, צו פֿאַרצייכענען אַז די מערסטע, די אַזוי פּראָקלאַמירטע אינזיכטן, זענען ווי אָנפֿאַנגערס צו ערשט געדרוקט געוואָרן אין "דער פֿעדער" אונטער מײַן רעדאַקציע. אָט זענען די נעמען פֿון זיי: אַפּראַנעל, בערנאַרד לויִס, ספּאַדאָלסקי, מינקאָן, ליכט און לודוויג, אַפֿילו אַלקוויס־בלום (וויפֿל זײַנען דען געווען נאָך?).
ווי געזאָגט, גראַדעס ווערטער האָבן מיך צערודערט, אויפֿגעוועקט פֿון כּמעט אַ ליטאַרגישן שלאָף. ווען אַ דיכטער זאָגט עפּעס, האָט דאָס אַ זין. אַ דיכטער איז אַ נבֿיא, אינטויִוו האָט עס אָנגעצייכנט אויף היסטאָרישע אמתן, ווי קליין זיי מעגן זײַן. אָט אַ שטייגער האָב איך נאָך אין 1908 אַרויסגעגעבן אויף מײַנע הוצאות דוד איגנאַטאָווס ערשט ביכל דערציילונגען "צוויי קרעפֿטן", און אין 1909 האָב איך אַרויסגעגעבן דאָס ערשטע אומפּאַרטיייִשע ליטעראַרישע זאַמלשריפֿט "טרוימען און ווירקלעכקייט" וואָס איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון די דיכטער י. אַדלער און יואל סלאָנים, אין וועלכן דער באַרימטער ב. וולאַדעק האָט געדרוקט זײַן ערשטן אַרטיקל און פֿאַרדינט די ערשטע פּאָר דאָלאַר אין אַמעריקע. די באַצייכענונג "אומפּאַרטיייִשע" מיינט, ווײַל ביז יענער צײַט איז נאָך אין אַמעריקע ניט דערשינען קיין בעלעטריסטיק. באַזונדער אין ביכער, חוץ בראָשורן פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע פֿון די פֿאַרשיידענע איזמען, ניט אַרײַנרעכענענדיק די ראָמאַנען פֿון שמר׳ן, טענענבוים און זײַפֿערט. עס זענען דערשינען די טאָג־טעגלעכע זשורנאַלן "די צוקונפֿט" און "די פֿרײַע געזעלשאַפֿט" אויך פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע, אָבער שוין מיט אַ צושמעלץ פֿון בעלעטריסטיק.
איך האָב אַלץ געלייענט און געזוכט נאָך און נאָך. ליטעראַטור איז בײַ מיר געוואָרן ליבשאַפֿט, אַ "האָבי" ניט אָנצוזעטיקן זיך, ווײַזט אויס, אַן ירושה פֿון מײַן מוטער שיינדל הערליך — גערעדט קאַרלין, וואָס איז געווען, ווי איך געדענק, אַ פֿאָרלייענערין פֿאַר די ווײַבער אין שיל.
איך בין זיכער, אַז איך האָב ניט פֿאַרפֿעלט קיין איין נומער "פֿאָרווערטס" זינט ער האָט אָנגעפֿאַנגען צו דערשײַנען. ווי קאָן דאָס זײַן? אַז דער "פֿאָרווערטס" איז דערשינען אין 1897 און איך בין געקומען אין אַמעריקע 1900? איז דער ענטפֿער: מיך האָט געטראָפֿן אַ גליק. זוכנדיק גײַסטיקע שפּײַז פֿאַר מײַן נשמה, האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף קאַנאַל און דיוויזשיאָן סטריט אַ ייִדן וואָס איז געשטאַנען מיט אַ וועגעלע מיט ביכער צו פֿאַרקויפֿן און דערזען אויפֿן וועגעלע ליגן עטלעכע בענד "פֿאָרווערטס" פֿון ערשטן נומער אָן. איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, זיי אַלע געקויפֿט און זיך אָנגעזעטיקט מיט זיי. איך האָב אַלץ געוואָלט וויסן וואָס איז געווען אין אַמעריקע פֿריִער, איידער איך בין געקומען.
באַקומען דעם אוצר, האָב איך שפּעטער זיך דערוווּסט, אַז אין ניו־יאָרק געפֿינט זיך אַ ביבליאָטעק, די אַסטאָר לײַברערי, אויף לאַפֿאַיעט סטריט (וווּ דער "האַיאַס" איז הײַנט), וווּ ס’זײַנען פֿאַראַן אַלטע ייִדישע פֿאַרשיידענע צײַטונגען, געבונדענע און מען קען זיי לייענען. איך בין גלײַך צוגעקומען, ווײַל געוווינט האָב איך אין ברוקלין. מײַן דאָרשט נאָכן געדרוקטן וואָרט אין ייִדיש וואָס ווי שלום־עליכם האָט געזאָגט "מען פֿאַרשטייט יעדעס וואָרט", איז נאָך אַלץ ניט געשטילט געוואָרן. איך האָב דערווײַל, אין דער צײַט, געזוכט און געקראָגן אַלץ וואָס איז דערשינען אויף איר דאָ אין אַמעריקע און אַנדערע ייִדישע ייִשובֿים, אַפֿילו זיך אַבאָנירט פֿאַרן "פֿרײַנד" וואָס איז דערשינען אין פּעטערבורג (רוסלאַנד) און אויף אַנדערע צײַטונגען פֿון ענגלאַנד. דאָס האָט מיך געצויגן צו ווערן אַליין אויך אַן אַרויסגעבער פֿון אַ שריפֿט.
די געלעגנהייט איז גיך געקומען. ווען דער דיכטער אַבֿרהם רייזען איז געקומען דאָס ערשטע מאָל קיין אַמעריקע, האָט מיר דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן, צו וועמען איך פֿלעג אַרײַנקומען אין זײַן יוּוועליר־קראָם, געזאָגט אַז ער האָט גערעדט מיט רייזענען וועגן אַרויסגעבן אַ וואָכנבלאַט צו וואָס ער, כּהן, וויל צושטיין אַלס אַ שותּף, נאָר ער קאָן ניט אויפֿגעבן די קראָם צוליב דעם. ווען עס וואָלט געווען אַ מענטש וואָס זאָל זיך קענען אָפּגעבן מיט דעם (רייזען אַליין איז ניט קיין פּראַקטישער מענטש), וואָלט דאָס זײַן גוט. איך האָב גלײַך אײַנגעוויליקט זײַן דער מענטש. איך האָב איבערגעגעבן צו מײַנעם אַ שטיפֿברודער מײַן געשעפֿט וואָס איז מיר סײַ ווי סײַ ניט ליב געווען און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם "נײַעס־געשעפֿט". צוגעגרייט אַן אָפֿיס, אים אויסגעשטאַט, און אַראַנזשירט מיטן דרוקער. צו די אַלע האָב איך געבראַכט אַרום אַכציק דאָלאַר וואָס ס’האָט מיר אויסגעפֿעלט. קיין קאָנטראַקט צווישן זיך האָבן מיר ניט געמאַכט. וואָס דאַרף מען אַ קאָנטראַקט מיט אַ מענטשן וואָס האָט ליב ליטעראַטור? באַשטימטע סומעס געלט האָבן מיר ניט אַרײַנגעלייגט אין באַנק, קיין צײַט ניט געווען. דערווײַל האָט רייזען געמאַכט דעם ערשטן נומער פֿון וואָכנבלאַט אונטערן נאָמען: "די ליטעראַרישע וועלט", דאָס אַרײַנגעגעבן אין דרוק. ווען דער נומער איז דערשינען, האָט מיט אַ מאָל י. ל. כּהן, זיך אָפּגעזאָגט פֿון שותּפֿות ווײַל עס געפֿעלט אים ניט ווי אַבֿרהם רייזען האָט אים צוזאַמענגעשטעלט און רעדאַקטירט, אַזוי האָט ער געזאָגט. איך האָב ניט געוווּסט וואָס נאָך דעם צו טאָן, איך בין אויסגעשטאַנען אַלע אויסגאַבעס, אַלץ אײַנצושטעלן און האָב ניט געוואָלט און ניט געקענט אויפֿגעבן. האָט זיך עס אַזוי געצויגן און געצויגן ביז מײַנע פֿינאַנצן האָבן זיך אויסגעלאָזט. און, עס האָט זיך אַליין אויפֿגעגעבן.
דאָס האָט פּאַסירט צווישן די יאָרן פֿון 1913 ביז 1914. יאָרן שטייען ניט, דער דראַנג זיך צו באַשעפֿטיקן מיט און אַרום ליטעראַטור, האָט ניט אָפּגעלאָזן, ביז בײַ אַ געלעגנהייט האָב איך זיך באַקענט מיט אַ גרופּע שרײַבער אַספּיראַנטן, מיט וועמען איך האָב באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַ זשורנאַל פֿאַר ליטעראַטור מיט אַ פֿרײַער פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר נײַע שרײַבער, אָנפֿאַנגער אויף אַלע געביטן: פּאָעזיע, דערציילונגען, עסייען, קריטיק. דער נאָמען זאָל זײַן אַ פּשוטער: "די פֿעדער". מיר איז איבערגעגעבן געוואָרן דער אַמט פֿון זײַן רעדאַקטאָר, ווײַל איך האָב שוין געקענט שרײַבער און שוין געוווּסט ווי אַזוי אָנצוהייבן אַרויסצוגעבן אַ זשורנאַל.
איך האָב לאַנג ניט געוואַרט און זיך גענומען צו דער אַרבעט, זיך באַגעגנט מיט שרײַבער, אײַנגעלאַדן עטלעכע מײַנע באַליבטע עלטערע שרײַבער ווי אַבֿרהם רייזען, ב. ריווקין, מ. יונה, חיימאָוויטש, צבֿי כּהן און אַנדערע באַוווּסטע שרײַבער, אַלס מיטאַרבעטער, צוצוגעבן דעם זשורנאַל "די פֿעדער" די חשיבֿות פֿון אַ ליטעראַרישער שריפֿט. דער זשורנאַל האָט אָנגעהאַלטן צו דערשײַנען פֿריִער אַ פּאָר יאָר אַלס אַ חודש־זשורנאַל, שפּעטער אַלס דרײַ־חדשים־שריפֿט. און נאָך שפּעטער אַלס אַ גרעסערע זאַמלשריפֿט. אַזוי איז די פֿעדער דערשינען עטלעכע און דרײַסיק יאָר, פֿון 1919 ביז 1953. ווען איר הויפּט־מיטאַרבעטער, אַבֿרהם רייזען, איז געשטאָרבן, איז אויך "די פֿעדער" אָפּגגעשטעלט געוואָרן. עס זענען פֿאַר דעם געווען אויך אַנדערע סיבות.
כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס עס מיינט אַרויסצוגעבן אַזאַ זשורנאַל אַזוי לאַנג, איז וויכטיק צו וויסן אָט וואָס: קיין באַשטימטע סומע געלט אין באַנק האָט קיינער פֿון די מיטאַרבעטער ניט אַרײַנגעלייגט פֿאַר אַ פֿאָנד פֿאַר "דער פֿעדער" צו באַצאָלן דעם דרוקער. פֿאַקטיש איז ניט געווען גענוג געלט צו באַצאָלן דעם דרוקער פֿאַרן ערשטן נומער.
צו אַזאַ גאָלדן געשעפֿט בין איך באַשטימט געוואָרן אַלס רעדאַקטאָר וואָס האָט אין דער ווירקלעכקייט געמיינט: אַדמיניסטראַטאָר פֿון אַלע אַרבעטן וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אַרויסגעבן אַ שריפֿט פֿאַר וועלכער עס זענען ניטאָ קיין פֿינאַנציעלע מיטלען אַרויסצוגעבן. די הויפּט־אַרבעט מײַנע איז געווען צו קריגן די פֿינאַנצן צו באַצאָלן דעם דרוקער. איך אַליין זאָל קריגן באַצאָלט פֿאַר מײַן אַרבעט, איז קיין רייד ניט געווען, איך האָב דאָך דאָס געטאָן אומזיסט.
טראַכטנדיק אַזוי, זענען מיר דורך אין געדאַנק עטלעכע פּלענער:
אפֿשר אַרויסגעבן אַ געזעגענונגס־נומער "די פֿעדער", אין וועלכן עס זאָל צווישן אַנדערע שאַפֿונגען פֿון די מיטאַרבעטער אויך געדרוקט ווערן מײַנע עטלעכע אָפּגעקליבענע שאַפֿונגען; אָדער אַרויסגעבן אַ באַזונדערן בוך פֿון מײַנע שאַפֿונגען (אָריגינעלע און איבערגעזעצטע פֿון ענגלישע דיכטער); אָדער אַרויסגעבן אַ נומער "די פֿעדער" מיט אַ גאַסט־רעדאַקטאָר, וואָס זאָל וועלן און זאָל זײַן פֿעיִק צו שאַפֿן אַרום דעם זשורנאַל אַ גרופּע מענטשן, וועלכע זאָלן שאַפֿן די מעגלעכקייטן אָנצוהאַלטן אַ ליטעראַרישן זשורנאַל אויף ווײַטער, צו וואָס איך וועל גרייט זײַן צו העלפֿן מיט אַלע מײַנע מעגלעכקייטן — מיט אַרבעט און פֿינאַנציעל.
מיט גרויס אַכטונג צו אײַך, פֿרײַנד רעדאַקטאָר, און צו אַלע וואָס וועלן זיך פֿאַראינטערעסירן אין דעם פּראָיעקט.


אײַער, אַהרן קאַרלין