פֿאָרווערטס - 115

(פֿון "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו, פֿעברואַבער 13, 1964)

זייער חשובֿער רעדאַקטאָר
פֿון "פֿאָרווערטס" ד״ר ל. פֿאָגעלמאַן,
איך קום צו אײַך מיט אַ בקשה צו פֿאַרעפֿנטלעכן מײַן בריוו אין "פֿאָרווערטס".
איך, אַהרן קאַרלין, דער רעדאַקטאָר פֿון ליטעראַרישן זשורנאַל "די פֿעדער" וואָס איז דערשינען אין ניו־יאָרק עטלעכע און דרײַסיק יאָר, איז דאָס יאָר געוואָרן אַכציק (80) יאָר. איך ווייס אַז עס איז אַ ווייטיק אַ שרײַבער זאָל אַליין מעלדן זײַן געבוירנטאָג, אָבער אין בריוו האַנדלט זיך ניט וועגן פּראַווען אַ יוביליי פֿאַר מיר, נאָר וועגן עפּעס מער וויכטיקס. איך בין לעצטן זומער געווען אַ גאַנצן סעזאָן אין "אונדזער קעמפּ" פֿון אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. איין מאָל איז אַהין געקומען דער ייִדישער דיכטער חיים גראַדע, פֿאַר אַ לעקציע. איידער ער האָט אָנגעהויבן זײַן לעקציע האָט ער געוויינטלעך, אַלס אַן אַרײַנפֿיר, געזאָגט עטלעכע ווערטער און געמאַכט אַ פּאָר קאָמפּלימענטן דעם פֿאַרבאַנד פֿאַר צוציִען אַזאַ פֿײַנעם עולם, די אָנפֿירער פֿון קעמפּ — פֿאַר זייער אינטעליגענץ אײַנצולאַדן ליטעראַרישע געסט, וואָס ער זעט צווישן עולם דעם באַרימטן דיכטער י. י. שוואַרץ, דעם מחבר פֿון בוך "קענטאָקי". און אָט זעט ער דעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿעדער", אַהרן קאַרלין, וועמען מען קען אָנרופֿן "דער פֿאָטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע". הערנדיק די ווערטער וועגן מיר, האָב איך צו ערשט זיך פֿאַרוווּנדערט און געטראַכט אַז אין שטאָט, צווישן שרײַבער, וואָלט ער דאָס ניט געזאָגט, אָבער זיי האָבן געשמייכלט איראָניש. אָבער גאָט ווייסט דעם אמת אַז אין דעם ווײַטסטן אונטערבאַוווּסטזײַן האָב איך זיך חלילה ניט געהאַלטן פֿאַר אַזעלכן. כאָטש איך מוז מודה זײַן, אַז אַזאַ געפֿיל ווי אַ פֿאַרגעניגן האָב איך אָפֿט יאָ געהאַט בײַם רעדאַקטירן דעם זשורנאַל "די פֿעדער", זעענדיק ווי די נײַע דיכטער און דערציילער וואָס האָבן זיך אָט ערשט גענומען דרוקן אונטער מײַן רעדאַקציע, וואַקסן אויף און ווערן אָנערקענט. און איך, דער גידול־בנים, האָב אויך געפֿילט ווי זיי ווערן גרויס און צעלויפֿן זיך און לאָזן מיך איצטער אָן אַ קנעלונג.