מרים-חיה סגל אין דער  ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק
מרים-חיה סגל אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק

די ניו-יאָרקער שטאָט-ביביליאָטעק האָט איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ביכער אויף דער וועלט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע ביבליאָטעקן, האָט זי אַ וויכטיקע מעלה פֿון אַן עפֿנטלעכער ביבליאָטעק: דער עולם קען פֿרײַ אַרײַנקומען און נוצן די קאָלעקציע. די ביבליאָטעק האָט זייער אַלטע און זעלטענע מאַנוסקריפּטן און ספֿרים, העברעיִשע און ייִדישע ליטעראַרישע ווערק, צײַטונגען, זשורנאַלן און בעל-פּה-געשיכטעס. עס זײַנען פֿאַראַן מקורים פֿאַר סײַ ערנסטע און סײַ ליבהאָבערישע אינטערעסן.

דעם ייִדישן אָפּטייל האָט מען געגרינדעט אין יאָר 1897, דאָס הייסט, אין איין יאָר מיטן "פֿאָרווערטס". אַברהם-שלמה פֿריידעס, דער ערשטער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אָפּטייל, איז געווען אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט אין זײַן דור. ער האָט געזאַמלט סײַ אַקאַדעמישע ווערק, סײַ בראָשורן, פּלאַקאַטן און אַפֿישן. ער האָט עס געטאָן נאָך איידער מע האָט אינעם שטח פֿון ייִדישע לימודים אָנערקענט די נייטיקייט צו זאַמלען אַזעלכע "עפֿעמערישע" מאַטעריאַלן. מע קען לייענען ווײַטער וועגן אים (ווי אויך וועגן אַ סך אַנדערע זאַכן) אויפֿן וועבזײַטל:

www.nypl.org/humanities/jewish

די זאַמלונג איז גיך געוואַקסן און האָט שוין אין די ערשטע 25 יאָר דערגרייכט דעם ניוואָ פֿון די גרויסע אייראָפּעיִשע ביבליאָטעקן. אין יאָר 1911 האָט מען געעפֿנט דעם פּאַלאַץ-בנין אויף דער 42טער גאַס, וווּ דער ייִדישער אָפּטייל געפֿינט זיך הײַנט.

וועלכע מאַטעריאַלן האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש? אָט זײַנען עטלעכע הויכפּונקטן:

צײַטונגען און זשורנאַלן

צווישן די אַן ערך 1200 ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן אין כּלערליי שפּראַכן (דער עיקר, אויף ייִדיש, העברעיִש, לאַדינאָ, ענגליש, רוסיש, דײַטש, שפּאַניש און פֿראַנצויזיש) קען מען לייענען "קול מבֿשׂר", די אָדעסער "מאַמע" פֿון ייִדישע צײַטונגען, און דעם הײַנטצײַטיקן ניו-יאָרקער זשורנאַל "אויפֿן שוועל"; די פּעטערבורגער טאָג-צײַטונג "דער פֿרײַנד" און די וואַרשעווער וועכנטלעכע "ליטעראַרישע בלעטער". שוין אָפּגעשמועסט פֿון די ניו-יאָרקער צײַטונגען "דער מאָרגען־זשורנאַל", "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע", "דער טאָג", "מאָרגן-פֿרײַהייט" און, פֿאַרשטייט זיך, "פֿאָרווערטס" און "ווײַטער".

דער ייִדישער אָפּטייל האָט טאַקע געשפּילט אַ פּיאָניר־ראָלע אין פֿאַרהיטן די אַלטע צײַטונגען, נוצנדיק די מיקראָפילם-טעכנאָלאָגיע. למשל, דעם גאַנצן "פֿאָרווערטס" האָט מען דאָ אויף מיקראָפילמען. דאָס וואָלט, אַ פּנים, געחידושט אַב. קאַהאַנען, דעם אַמאָליקן "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר, וואָס האָט געטענהט אין זײַן אויטאָביאַגראַפֿיע, אַז אַלע אַלטע נומערן פֿון דער צײַטונג וועלן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין שטויב.

ייִדישע ליטעראַטור און שפּראַך

די ריזיקע זאַמלונג פון ייִדישער ליטעראַטור נעמט אַרײַן באַקאַנטע און פֿאַרגעסענע שרײַבער און ווערק: ראָמאַנען, אַנטאָלאָגיעס, ביבליאָגראַפיעס, דערציילונגען, עסייען, לידער, ליטעראַרישע קריטיק, איבערזעצונגען פֿון ייִדיש און אויף ייִדיש. עס זײַנען אויך פֿאַראַן ייִדישע לערנביכער, ווערטערביכער און לינגוויסטישע ביכער.

ייִדישער טעאַטער

עס זײַנען דאָ הונדערטער ייִדישע פּיעסעס — סײַ געדרוקטע, סײַ אין מאַנוסקריפּטן — פֿון אַברהם גאָלדפֿאַדענס "שולמית" ביז נחום סטוטשקאָווס "אין אַ ייִדישער גראָסערי", ווי אויך ביכער וועגן ייִדישן טעאַטער, אַרײַנגערעכנט דראַמאַטישע קריטיק און זכרונות פון ייִדישע אַקטיאָרן. עס זײַנען אויך דאָ אַלטע טעטאַער-פּלאַקאַטן. אַ טייל פון זיי קען מען זען אין דער גאַלעריע פֿונעם וועבזײַטל. נאָך צוויי זייער ניצלעכע וועבזײַט-מקורים: אַן אינדעקס צו זלמן זילבערצווײַגס "לעקסיקאָן פון ייִדישן טעאַטער" און אַ זוך-געהילף צו מאַנוסקריפּטן פֿון ייִדישע פּיעסעס.

יזכּור-ביכער

די ביבליאָטעק האָט אין איר קאָלעקציע זיבן הונדערט יזכּור-ביכער פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע קהילות. אין אַ סך פֿון די דאָזיקע שטעט און שטעטלעך איז הײַנט קיין איין ייִד ניט פֿאַרבליבן. דאָס רובֿ יזכּור-ביכער קען מען לייענען גלײַך אויפן וועבזײַטל. אָט די וויכטיקע מקורים דינען סײַ די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער, סײַ די מענטשן, וואָס פאָרשן זייער משפּחה-געשיכטע.

הקיצור, ס'איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַ טעמע אויפֿן שטח פון ייִדישע לימודים, פֿאַר וועלכער די ניו-יאָרקער שטאָט-ביבליאָטעק זאָל ניט האָבן קיין מאַטעריאַלן. אַפילו אויב איר קענט אַליין ניט אַרײַנקומען אין דער ביבליאָטעק, האָט איר אַ מעגלעכקייט צו נוצן דאָס וועבזײַטל און דעם עלעקטאָנישן קאַטאַלאָג.