מרים-חיה סגל אין דער  ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק

די ניו-יאָרקער שטאָט-ביביליאָטעק האָט איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ביכער אויף דער וועלט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע ביבליאָטעקן, האָט זי אַ וויכטיקע מעלה פֿון אַן עפֿנטלעכער ביבליאָטעק: דער עולם קען פֿרײַ אַרײַנקומען און נוצן די קאָלעקציע. די ביבליאָטעק האָט זייער אַלטע און זעלטענע מאַנוסקריפּטן און ספֿרים, העברעיִשע און ייִדישע ליטעראַרישע ווערק, צײַטונגען, זשורנאַלן און בעל-פּה-געשיכטעס. עס זײַנען פֿאַראַן מקורים פֿאַר סײַ ערנסטע און סײַ ליבהאָבערישע אינטערעסן.

מוזיק
פֿון מרים־חיה סגל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרק אײַזיקאָוויטש
סעפּטעמבער דעם אַכצנטן, איז אויפֿגעטראָטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט דער באַגאַבטער און העכסט־טאַלאַנטירטער זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש. איך האָב נאָך נישט געזען אַזאַ געפּאַקטן זאַל מיט סטודענטן און ליבהאָבער פֿון ייִדישן ליד. מסתּמא צום ערשטן מאָל אַזאַ געשעעניש. אַפֿילו די ווענט זײַנען געווען געפּאַקט מיט סטודענטן יענעם אָוונט, ווײַל עס האָבן אויסגעפֿעלט זיצפּלעצער. מען האָט נישט נאָר באַוווּנדערט דעם זינגער, נאָר די סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש האָבן פֿאַרגעדענקט די רייד און די ענטפֿערס אויף זייערע פֿראַגעס, נאָך מאַרק אײַזיקאָוויטשעס אויפֿטריט.