|
מאַרק אײַזיקאָוויטש |
|
סעפּטעמבער דעם אַכצנטן, איז אויפֿגעטראָטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט דער באַגאַבטער און העכסט־טאַלאַנטירטער זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש. איך האָב נאָך נישט געזען אַזאַ געפּאַקטן זאַל מיט סטודענטן און ליבהאָבער פֿון ייִדישן ליד. מסתּמא צום ערשטן מאָל אַזאַ געשעעניש. אַפֿילו די ווענט זײַנען געווען געפּאַקט מיט סטודענטן יענעם אָוונט, ווײַל עס האָבן אויסגעפֿעלט זיצפּלעצער. מען האָט נישט נאָר באַוווּנדערט דעם זינגער, נאָר די סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש האָבן פֿאַרגעדענקט די רייד און די ענטפֿערס אויף זייערע פֿראַגעס, נאָך מאַרק אײַזיקאָוויטשעס אויפֿטריט.
די סטודענטן האָבן נאָכן קאָנצערט אים געשטעלט די פֿראַגע: וווּ ליגט די נשמה פֿונעם ייִדישן ליד? און מאַרק אײַזיקאָוויטש האָט זיי געענטפֿערט, אַז די נשמה פֿונעם ייִדישן ליד ליגט אין די קוואַלן פֿונעם ייִדישן לשון.
איז וואָס זשע פֿאַרמאָגט אָט דער זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש אַזוינס, וואָס מ׳געפֿינט זייער זעלטן בײַ אַנדערע זינגער? וועל איך אײַך אָפּשילדערן. ערשטנס, איז ער אַן ערך זעכציק־יאָריקער יונגערמאַנטשיק, אָנציִענדיק אין זײַן רוסישער רובאַשקע. ער איז הויך און זגראַבנע. אַ מאַנספּאַרשוין וואָס פֿאַרמאָגט דעם "אומף", ווי די סטודענטן האָבן אים שפּעטער געשילדערט. די יונגע מיידלעך און בחורים זײַנען געווען אײַנשטימיק, אַז אײַזיקאָוויטשעס אויגן רעדן דיבורים. ער קען צוציִען מיט זײַן בליק און אויסטײַטש פֿונעם ליד — אַ פּאָלק סאָלדאַטן. ער קען אָנצינדן מיט זײַן קול, פּערזענלעכקייט און שוווּנג דאָס פֿײַערל וואָס טליִעט אין יעדן איינעם פֿון אונדז, דערוועקן אַן אינערלעכן ריטעם, די הענט צום פּליעסקען, די פֿיס צום טאַנצן. און דאָס קען נאָר איינער, וואָס אין אים, אָדער אין איר, אָטעמט אַ שטיק לעבן, אַ ליבשאַפֿט און פֿאַרשטענדעניש צום געזאַנג און אַ הנאה פֿון אויפֿטרעטן פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל. ער אַליין שטאַמט אָפּ פֿון דער אוקראַיִנע, פֿון אַ היים וווּ ייִדיש איז געווען אַ לעבעדיק לשון. דער זינגער זינגט אין מער ווי פֿינף לשונות; און איך מוז זיך מודה זײַן, צי דאָס זײַנען ציגײַנער־לידער אָדער רוסישע לידער, ווערט מען פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט פֿון דער חכמה און טאַלאַנט מיט וועלכן אײַזיקאָוויטש קען באַאײַנפֿלוסן די צוהערער.
דאָס מאָל האָט מאַרק אָפּגעגעבן אַ האַלבן אָוונט צום פּרעכטיקן זינגער עמיל האָראָוועץ, וועלכער איז געקומען אַהער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די זיבעציקער יאָרן. דאָ, קען מען זאָגן, איז ער פֿאַרלוירן געגאַנגען און מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געשטאָרבן דאָ, אין ניו־יאָרק. עמיל איז געווען באַרימט איבער גאַנץ רוסלאַנד מיט זײַנע אויפֿטריטן. ער האָט מיר אַ מאָל געזאָגט, אַז מען האָט אים גערופֿן דער "פֿרענק סינאַטראַ פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד". אָבער דאָ, בײַ אונדז, האָט מען אים נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק, ווײַל די אָפּשאַצער איז נישט אָנגעגאַנגען דער פֿאַקט אַז צווישן אונדז דרייט זיך אַרום אַ גראַנדיעזער טאַלאַנט. און ווי איר ווייסט, אַז מ’שטאַרבט אַוועק איז עס אויף אייביק. ער ווערט כּמעט אָפּגעמעקט פֿונעם זכּרון, אָבער נישט אין דעם פֿאַל. מאַרק אײַזיקאָוויטש איז געווען פֿאַרליבט אין דער מוזיק און ווערטער־טעקסטן פֿון עמיל האָראָוויצעס קאָמפּאָזיציעס; האָט ער זיי באַלעבט יענעם אָוונט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. ער האָט די סטודענטן דערציילט וועגן עמיל האָראָוועצן און זײַן נאָכפֿאָלגן די שפּורן פֿונעם געבענטשטן זינגער. איין צרה איז געווען דערבײַ, און דאָס איז — וואָס מאַרק אײַזיקאָוויטש איז געווען אַ ביסל געשטראָפֿט מיט די רייד. אַז עס האָבן אים אויסגעפֿעלט ווערטער אין מאַמע־לשון, האָט ער זיך אַן עצה געגעבן מיט דײַטש אָדער מיט רוסיש.
מאַרק אײַזיקאָוויטש איז אויך אַ פֿאַרליבטער אין מאַנגערס לידער און באַלאַדעס. זינגט ער זיי מיט אַזוי פֿיל האַרץ און טעמפּעראַמענט וואָס באַגלייטן אונדז איבער די מוזיקאַלישע שפּורן און סטעזשקעס אין מאַנגערס לידער. דעם זעלביקן אָוונט פֿונעם קאָנצערט, איז געקומען אַ חבֿרה פֿילם־מאַכער און געדרייט אַ דאָקומענטאַרן פֿילם וועגן אײַזיקאָוויטשן און זײַן פֿאַרערונג פֿאַר עמיל האָראָוועצן.
מאַרק אײַזיקאָוויטש וווינט הײַנט־צו־טאָג אין בערלין און פֿאָרט אויס גאַנץ אייראָפּע מיט זײַנע קאָנצערטן. ער טרעט אויף אין פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. מיט איין וואָרט, דער באַגאַבטער זינגער איז אַ באַקאַנט אַרטיקל אין גאַנץ אייראָפּע; און פֿאַרגעסט נישט, אַז אַ סך רוסישע ייִדן וווינען הײַנט־צו־טאָג אין דײַטשלאַנד, האָט ער אַן עולם צוהערער. נישט אַזוי לײַכט איז הײַנט־צו־טאָג צוצוקומען צו אַן אויפֿטריט מיט ייִדישע לידער אין דעם אַמעריקע, און אַפֿילו אין ניו־יאָרק. יאָ, עס דרייען זיך אַרום אויף דער אַזוי גערופֿענער ייִדישער גאַס אַ כאָפּטע זינגער וואָס זינגען ייִדישע לידער. ווער עס האָט אַ האַנט און אַ פֿוס שטעלט זיך צו צום טיש מיט ייִדישע לידער. אַ סך פֿון זיי זײַנען בכלל נישט באַקאַנט מיטן לשון. אייניקע זינגען ווידער אַ מאָל, און ווידער, דעם זעלבן אויסגעדראָשענעם רעפּערטואַר.
קיינער פֿון זיי וואַגט נישט צו ברענגען נײַעם מאַטעריאַל, וואָס ווערט געשאַפֿן און געשריבן אויף דער ייִדישער גאַס, און דווקא, פֿון יונגע קאָמפּאָזיטאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז מען האָט דעם ייִדישן עולם, ייִנגערע און עלטערע ייִדן, אָפּגעוווינט פֿון אַ הײַנטצײַטיקער אינטערפּרעטאַציע, פֿון צופּאַסן דעם לידער־מאַטעריאַל צום יונגן אַמעריקאַנער צוהערער וואָס זאָל זיך קענען אידענטיפֿיצירן דערמיט. וועט איר דאָך מיך פֿרעגן: — וואָס? ווען? פֿון וואַנען? — אַזוי ווי איך בין געווען און בין פֿאַרבליבן אַן אָנהענגערין פֿון גוטן און אינטעליגענטן ייִדישן טעאַטער, ייִדישער מוזיק און דערציִונג, קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז ס׳איז אַ גרויסע זעלטנקייט אָנצושטויסן זיך אין עפּעס וואָס זאָל אײַך אויפֿוועקן פֿונעם לעטאַרגישן ייִדישן דרימל, ווי עס האָט מיך אויפֿגעוועקט מאַרק אײַזיקאָוויטש. מיר שלאָפֿן, קינדערלעך; מיר לאָזן גיין אין ניוועץ אונדזערע שאַפֿערישע כּוחות; מיר זײַנען אַטראָפֿירט און הילפֿלאָז, ווען עס קומט צו קונסט. הײַנט איז נישטאָ קיין אמתע קריטיק. יענע קלוגע קריטיקער, וואָס האָבן געהאַלטן אַן אויג אויף אונדזער ייִדישער שאַפֿערישער קונסט, זײַנען שוין פֿון לאַנג אויף יענער וועלט. און דער עולם וואָס איז פֿאַרבליבן איז שוין גלײַכגילטיק; מיינט רײַך, אַז ער הערט אַ ייִדיש וואָרט נישט געקוקט צי דאָס וואָרט באָדט זיך אין שיפֿלות, אָדער זיקנה, אָדער גלאַט לאַכערײַקעס. אַבי אַ ייִדיש וואָרט. דער עולם איז אויסגעהונגערט און שטרעבט צו הערן דעם קלאַנג פֿונעם ייִדישן וואָרט.
דער פֿאַקט איז, אַז אין דער דרויסנדיקער טעאַטער־וועלט רוכעוועט זיך מיט דראַמעס און קאָמעדיעס, "מיוזיקלס"; מיט רעזשיסאָרן, וואָס ברענגען אַרײַן אינאָוואַציעס; מיט אַקטיאָרן, וואָס באַווײַזן אמתע קונסט, וווּ דער עולם דערפֿרישט זיך סײַ גײַסטיק און סײַ קינסטלעריש. אַ שאָד, אַ שאָד וואָס מיר, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, מוזן לײַדן פֿון דער קינסטלערישער בלוטלאָזיקייט. איך געדענק, ווען איך האָב אין די זומערס געאַרבעט אין דער אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַם, האָט זיך דאָרט אויך געפֿונען אַ חבֿרה־מאַנטע פֿון אַמסטערדאַם, וואָס האָט געהייסן מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש. סײַ מיראַ, סײַ די זינגערין שׂרהלע ליפּאָווסקי, איך און מײַן שותּפֿטע אין שרײַבן — רינה בערקאָוויטש־באָראָ — חיהלע ביר און אַנדערע ייִדישע לערער, האָבן גענומען פּלאַנירן אַן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן וועלט־טעאַטער אין אַמסטערדאַם.
מיר האָבן אָנגעזאַמלט די נעמען פֿון די באַגאַבטע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון אַמעריקע, ישׂראל, אויסטראַליע, קאַנאַדע, רוסלאַנד און לאַטײַן־אַמעריקע, און גענומען פּלאַנירן זיי צו פֿאַרבעטן אויף אַ חודש צײַט קיין אַמסטערדאַם צו באַטייליקן זיך אין דעם נײַעם ייִדישן וועלט־טעאַטער. העלפֿט גאָט און מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש, דער וווּנדערלעכער מענטש און אָרגאַניזאַטאָר, ווערט חרובֿ קראַנק און שטאַרבט אַוועק. אונדזער גאַנצער פּראָיעקט איז געבליבן הענגען אין דער לופֿטן. איך בין זיכער, אַז מיר וואָלטן געקענט אויפֿשטעלן אַזאַ טעאַטער מיט אייראָפּעיִשע געלטער, און אפֿשר אויך מיט ייִדישע מזומנים, וואָס גייען פֿאַרלוירן אויף גוייִשע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס. נו, האָט זיך פֿון דעם אַלעם אויסגעלאָזט אַ נעכטיקע וועטשערע. און גיי שרײַ חי־וקים. און ווען איך הער אַזאַ זינגער ווי מאַרק אײַזיקאָוויטש, בלײַב איך זיצן און באַדויער וואָס עס פֿעלן אונדז די געהעריקע מיטלען זיי צוצוציִען און לאָזן זיי אויפֿלעבן אונדזער געליטן פֿאָלק און אונדזער געשטראָפֿטע שפּראַך.