פֿונעם אייביקן קוואַל

אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר באַטראַכט די פֿאַרבינדונגען צווישן ל״ג־בעומר און דער פּרשה "בהר", וועלכע מע האָט געלייענט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אין ארץ־ישׂראל, און וועלכע איז באַזונדערס פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון ספֿירת־העומר, ווי אין דער דאָזיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דעם ענין פֿון שמיטה און יובֿל.
במשך פֿון דער ספֿירה־צײַט, ציילן מיר 50 טעג — אָדער זיבן וואָכן — פֿון פּסח ביז שבֿועות. במשך פֿונעם יובֿל־ציקל, ציילט מען זיבן פּעריאָדן פֿון זיבן יאָר. ביידע מיצוות דערמאָנען אויף דעם ציקלישן גאַנג פֿונעם אוניווערס, און ווײַזן אונדז אָן, אַז מע טאָר נישט איגנאָרירן פּשוטע "טרוקענע" חשבונות. יעדעס יאָר און יעדער טאָג איז אַ קייטל אינעם וועלט־תּיקון, וועלכן מע מוז שטרעבן צו דערגרייכן. געוויינטלעכע וואָכן־טעג זענען פּונקט אַזוי וויכטיק, ווי שבתים און יום־טובֿים, און געוויינטלעכע יאָרן זענען פּונקט אַזוי וויכטיק, ווי די שמיטה־יאָרן.
ווי עס שטייט אין ספֿר־יצירה, אַ יסודותדיקער קבלה־ספֿר, באַשטייט דער אוניווערס פֿון דרײַ אַספּעקטן: "עולם, שנה, נפֿש", וואָס מע קאָן אָפּטײַטשן ווי דער רוים, די צײַט און די פּערזענלעכקייט. כּדי צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט, מוז מען מכבד זײַן יעדן מענטש, יעדן טאָג און יעדע עבֿודה, אויב אַפֿילו זיי זעען אויס "פּשוט".
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך בכּיוון אויסגעקליבן די פּרשה "בהר", וועלכע מע האָט געלייענט דעמאָלט אין ארץ־ישׂראל, ווײַל דער ענין פֿון שמיטה־יאָרן איז באַזונדערס נאָענט פֿאַרבונדן מיט ל״ג־בעומר. אין דער אמתן, זענען ביידע פּרשיות, וועלכע מע לייענט אין ארץ־ישׂראל און אין חוץ־לאָרץ, פֿאַרבונדן מיט די ענינים פֿון דער וואָך. אין דער פֿאָריקער "חוץ־לאָרצדיקער" פּרשה, "אמור", גייט אַ רייד וועגן דער עבֿודת־הכּהנים און עס ווערן איבערגעציילט די ייִדישע יום־טובֿים, ווי אויך די עצם־מיצווה פֿון ספֿירת־העומר. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען זאָגן, אַז די קאָנצעפּציע פֿון שמיטה־יאָרן איז באַזונדערס שטאַרק פֿאַרבונדן מיט ל״ג־בעומר און דעם עצם־ענין פֿון ספֿירה־ציילן.
הײַנט לייענען מיר — אין חוץ־לאָרץ — אַ טאָפּלטע סדרה: "בהר", וועלכע מיר האָבן שוין באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, און "בחוקותי" — די לעצטע פּרשה אינעם חומש "ויקראָ", וווּ דער אייבערשטער זאָגט די ייִדן, אַז אויב זיי וועלן אָפּהיטן זײַנע מיצוות, וועט דער רעגן קומען אויף זייערע פֿעלדער באַצײַטנס, דאָס לאַנד וועט אַרויסברענגען די גערעטעניש, דאָס לעבן וועט זײַן פֿאַרזיכערט און פֿרידלעך, און אַלע שׂונאים פֿון ייִדן וועלן דערהרגעט ווערן דורך דער שווערד. ווײַטער וואָרנט אונדז די תּורה, אַז אויב די ייִדן וועלן ברעכן די מיצוות, וועלן זיי, חלילה, לײַדן פֿון פֿאַרשיידענע צרות.
לאָמיר זיך אָבער פֿאָקוסירן אויף דעם פּאָזיטיוון אַספּעקט פֿון אונדזער פּרשה. גלײַך נאָך דער ברכה, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט לעבן בשלום, קומט דער צוזאָג, אַז זיי וועלן קאָנען גרינג פֿאַרטרײַבן און פֿאַרניכטן זייערע שׂונאים. די דאָזיקע צוויי ברכות זעען אויס ווי אַ סתּירה. אויב מע לעבט אין אַזאַ מצבֿ, ווען מע מוז זיך שלאָגן מיטן שׂונא — אויב אַפֿילו דאָס באַקומט זיך גענוג גרינג — איז עס דאָך נישט קיין שלום. רש״י באַמערקט די דאָזיקע סתּירה און דערקלערט, על־פּי־חז״ל, אַז די שׂונאים פֿון ייִדן וועלן אַליין דערהרגענען איינער דעם צווייטן.
פֿונדעסטוועגן, איז אַזאַ מצבֿ — אויב ערגעץ אין דער וועלט קומט פֿאָר אַ מלחמה, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך דערצו אַנטיסעמיטן פֿון ביידע זײַטן — אויך ווײַט פֿון שלום. מיט אונדזערע מיצוות און מעשׂים־טובֿים האָפֿן מיר דאָך צו פֿאַרבעסערן די גאַנצע וועלט, כּדי אין ערגעץ זאָלן מער נישט זײַן קיין שׂינאה און מלחמות.
אַן אַנדער קשיא באַשטייט אין דעם, וואָס נישט געקוקט אויף די דערמאָנטע צוזאָגן, געפֿינען מיר בלויז געוויסע יחידים, גאָר גרויסע צדיקים, וועלכע לעבן טאַקע אינגאַנצן רויִק און פֿרידלעך, צוליב זייער הויכער גײַסטיקער מדרגה. צום באַדויערן, זענען צווישן די גרעסטע ייִדישע צדיקים געווען מער ווי גענוג דערמאָרדעטע קדושים און מענטשן מיט אַ גאָר שווערן גורל, וועלכע האָבן געליטן פֿון הונגער, אָרעמשאַפֿט און אַנדערע צרות.
ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים, כּל־זמן מיר לעבן אין גלות, בלײַבט אונזדער לעבן אומזיכער, און דאָס גלות איז דער "צעבראָכענער" מצבֿ פֿון דער גאַנצער וועלט, און נישט בלויז אַ באַזונדערער ייִדישער ענין. דערפֿאַר קומען מיר צוריק צו דער ערשטער קשיא. בזמן־הגלות בלײַבט די וועלט אומזיכער, און עס זענען פֿאַראַן מענטשן, וועלכע טוען עוולות און האָבן פֿײַנט איינער דעם צווייטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווען עס וועט קומען די גאולה, וועט מען נישט דאַרפֿן האָבן אַ ספּעציעלע ברכה צו פֿאַרטרײַבן און פֿאַרניכטן די שׂונאים, ווײַל עס וועט זײַן שלום אויף דער גאָרער וועלט.
מע קאָן זאָגן, אַז די ברכות אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אין געוויסע צײַטן, ווען ס׳איז נאָך געשטאַנען דער בית־המיקדש און די ייִדן האָבן אָפּגעהיט די מיצוות ווי עס דאַרף צו זײַן. מיר ווייסן אָבער, אַז די תּורה בלײַבט אייביק אַקטועל און די לימודים פֿון דער הײַנטיקער פּרשה בלײַבן וויכטיק אויך הײַנט.
אַחוץ דעם בוכשטעבלעכן לימוד, אַז די מיצוות קאָנען העלפֿן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אין עולם־הזה— הגם קיין פּערפֿעקטע זיכערהייט און רויִקייט איז ביז משיחס צײַטן נישט מעגלעך — דערציילט אונדזער פּרשה, בדרך־רמז, וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן מצבֿ פֿון דער מענטשלעכער נשמה. ווען מע שטרעבט צו אַנטפּלעקן אין זיך דאָס ג־טלעכע ליכט, ווערט דאָס אינערלעכע נשמה־"פֿעלד" געבענטשט און ברענגט אַרויס גוטע פּירות. אַ ביסל ג־טלעכע אַנטפּלעקונג קאָן פֿאַרטרײַבן און פֿאַרניכטן אַ סך אינערלעכע שׂונאים, אַזעלכע ווי מרה־שחורה, די תּאווה צו פּטרן די צײַט אויף פּוסטע זאַכן, און אַנדערע נעגאַטיווע עמאָציעס און נטיות.
ווי עס ווערט דערקלערט סײַ על־פּי־קבלה, סײַ אין אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים, ווי דעם רמב״מס "מורה נבֿוכים", זענען די מיצוות, אין דער אמתן, נישט קיין באַפֿעלן אינעם בוכשטעבלעכן זין, נאָר פּסיכאָלאָגישע און סאָציאַלע מיטלען, וועלכע העלפֿן צו אַנטוויקלען בעסערע באַציִונגען צווישן מענטשן און אַנטפּלעקן דאָס ג־טלעכע ליכט אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט.
לויט דעם ראַציאָנעלן צוגאַנג פֿונעם רמב״ם, קאָן מען גרינג פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די מיצוות זענען משפּיע אויף דער וועלט — לכל־הפּחות, אין געוויסע פֿאַלן. ווען די מענטשן באַציִען זיך בעסער איינער צום צווייטן, און ווען יעדער יחיד קאָנצענטרירט זײַן שׂכל אויף גײַסטיקע השׂגות און עבֿודות, פֿירט מען דורך די גשמיותדיקע אַרבעט אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן, נענטער צו דער נאַטור און באַקוועמער פֿאַרן מענטש.
למשל, מענטשן מיט אַ פֿאָקוסירטן שׂכל און פֿאַרשאַרפֿטן נאַטור־אויפֿנאַם פֿאַרשטייען בעסער, ווי אַזוי צו באַאַרבעטן די ערד, ווען עס קומט דער רעגן. ווען מע לעבט אין אַחדות מיטן צווייטן און מיט דער סבֿיבֿה, קומט דער רעגן ממילא באַצײַטנס — ווײַל מע ווייסט, ווי אַזוי אים צו באַהאַנדלען ווי געהעריק.
אַחוץ אַזאַ ראַציאָנעלער "מורה־נבֿוכימדיקער" דערקלערונג, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן אַ סך ניסים; על־פּי־חסידות, איז די גאַנצע וועלט אַ גרויסער ג־טלעכער נס. דער דערמאָנטער באַשפּיל ווײַזט אָבער, אַז דער פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקער מצבֿ פֿון אַ יחיד און דער סאָציאַלער מצבֿ פֿונעם ציבור איז טאַקע משפּיע אויף דער גאָרער אַרומיקער וועלט.