פֿונעם אייביקן קוואַל

דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". דער ערשטער טייל פֿון דער תּורה, "בראשית", פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעמע פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־באַשאַפֿונג, קוקנדיק אויף דעם מענטש ווי די וויכטיקסטע באַשעפֿעניש.
אינעם צענטער פֿונעם חומש "בראשית" געפֿינט זיך דער מענטש ווי אַ יחיד. בײַם אָנהייב, דערציילט די תּורה וועגן אָדם־הראשון און חוה, וועלכע האָבן געזינדיקט און זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן. דערנאָך ווערט דערציילט וועגן דעם, ווי נח און זײַן משפּחה, אַ קליינע צאָל יחידים, האָבן זיך געראַטעוועט אין אַ תּיבֿה פֿונעם מבול. די מעשׂיות פֿון די ייִדישע אָבֿות און אמהות, פֿון יעקבֿס קינדער, פֿון יוספֿס פֿאַרקויף און זײַנע פּאַסירונגען אין מצרים, זענען בעצם דערציילונגען וועגן יחידים.
לויט אַ באַקאַנטער פֿאַרשפּרייטער מיינונג, איז ייִדישקייט אַ טראַדיציע, וואָס שטעלט דעם אייבערשטן אינעם צענטער פֿון איר השקפֿה. אין דער אמתן, איז עס נישט אַזוי. ווי מיר האָבן דאָס שוין עטלעכע מאָל באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט, ווי עס האָט געזאָגט דער בעל־שם־טובֿ. אַלץ, אַרײַנגערעכנט דעם מענטש, איז אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. דער אייבערשטער איז דער עצם פֿונעם וועזן; ער איז איבעראַל, אָבער לאוו־דווקא אינעם צענטער.
דערצו, קאָן מען נישט דעם אייבערשטן באַטראַכטן ווי "ג־ט" אָן אַ מענטשלעכן קאָנטעקסט. ווי דער רמב״ם דריקט זיך אויס, קאָן מען נישט באַשרײַבן דעם באַשעפֿער אַפֿילו מיט אַזעלכע באַגריפֿן, ווי פּערזענלעכקייט, חכמה און אַפֿילו עקזיסטענץ. לגבי זיך אַליין, בלײַבט דאָס ג־טלעכע עצם פֿונעם וועזן אַן אַבסטראַקטער אַבסאָלוט. ווען מיר, מענטשן, קוקן זיך אַרײַן אינעם "שפּיגל" פֿונעם עצם־וועזן און זעען דאָרט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אונדז אַליין, קאָן די דאָזיקע אָפּשפּיגלונג אָנגערופֿן ווערן ג־ט. אין קבלה, ווערט דווקא דער אַנטפּלעקטער אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט, וועלכער קאָן נישט אָפּגעטיילט ווערן פֿון דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע און פֿונעם מענטשלעכן וועזן, אָנגערופֿן מיטן שם־השם.
בקיצור, שטייט אינעם צענטער פֿונעם חומש "בראשית" דער מענטש ווי אַ יחיד, די וועלט־באַשאַפֿונג ווי אַ סבֿיבֿה פֿאַרן מענטש, און דער אייבערשטער ווי די אַנטפּלעקונג פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף אין אַ כּמו־מענטשלעכער פֿאָרעם לגבי דעם מענטש.
דער צווייטער טייל פֿון דער תּורה, "שמות", פֿאָקוסירט זיך אויף די סאָציאַלע ענינים; אויף דעם גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק ווי אַ קאָלעקטיוו, אויף די באַציִונגען צווישן יחיד און רבים, און אויף דער ג־טלעכע אַנטפּלעקונג דורך מענטשלעכן אַחדות און ליבשאַפֿט.
אינעם דריטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, גייט כּסדר אַ רייד וועגן דעם אינערלעכן וועג פֿונעם מענטש צו זײַן אייגענעם ג־טלעכן שורש. דער מענטש ווערט באַטראַכט ווי אַ בייגעוודיקע באַשעפֿעניש, מיט פֿאַרשיידענע מעלות און חסרונות, עליות און ירידות, אין וועלכע עס ווערט פֿאָרט אַנטפּלעקט דאָס ג־טלעכע ליכט. אין די לעצטע צוויי פּרשיות, האָבן מיר דערקלערט, אַז יעדער פּשוטער טאָג, יעדער פּשוטער מענטש, יעדער פּשוטער פּלאַץ און געשעעניש איז בעצם ג־טלעך און האָט אין זיך אַ באַזונדערע מעלה.
דער חומש "במדבר" איז פֿול מיט חשבונות פֿון פּשוטע, אָרדינאַרע מענטשן. מע קאָן זאָגן, אַז די עיקר־טעמע פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל איז די באַציִונגען צווישן אָרדינאַרע און אומגעוויינטלעכע אַספּעקטן פֿונעם וועזן.
דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן אַלע דערוואַקסענע ייִדישע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר אַלט, אין יעדן ייִדישן שבֿט באַזונדערס. כּמעט די גאַנצע סדרה באַשטייט פֿון חשבונות און איבערציילונגען פֿון משפּחות. צוליב דעם, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים", "דער ספֿר פֿון חשבונות", און ווערט אויך אַזוי אָנגערופֿן אויף אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ענגליש ״Numbers״.
אַ צאָל באַקאַנטע מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן אויפֿן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. עס פֿרעגן זיך אָבער עטלעכע קשיות. קודם־כּל, זענען אינעם חשבון נישט אַרײַן קיין קינדער, יונגע־לײַט, זקנים און פֿרויען, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם פֿיזישן און גײַסטיקן יאָדער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. צווייטנס, הגם אין דער אוראַלטער צײַט זענען די ייִדן געווען אַן אַוואַנגאַרד־גרופּע צווישן די אוממאָראַלישע געצנדינער, זענען אַלע מענטשן בעצם גלײַך און אַלע זענען חשובֿ. עס באַקומט זיך, אַז אונדזער פּרשה ציילט איבער בלויז אַ געוויסן טייל פֿון אַ געוויסער מענטשלעכער גרופּע, און לאַוו־דווקא די חשובֿסטע מענטשן צווישן איר. משה רבינו אַליין, למשל, איז נישט אַרײַן אינעם חשבון.
אַ טייל מענטשן באַטראַכטן פּשוטע חשבונות ווי אַ "טרוקענע" און "נידעריקע" רוטינע־אַרבעט, אין פֿאַרגלײַך מיט טיפֿע גײַסטיקע געדאַנקען אָדער מיט "העכערע" ענינים פֿון עולם־הזה, אַזעלכע ווי וויסנשאַפֿט אָדער קונסט. און פֿאָרט, זעען מיר, אַז משה רבינו, דער גרעסטער נבֿיא אין דער וועלט, וועלכער האָט מקבל געווען די הייליקע תּורה אויפֿן באַרג סיני, זיך אַליין פֿאַרנומען מיט אַזאַ אַרבעט.
דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, איז נישט בלויז דער טאָג פֿאַרבונדן מיט דער מתּן־תּורה ווי אַ היסטאָרישע געשעעניש, נאָר אויך אַ פֿרישע גײַסטיקע דערפֿאַרונג. מיר זענען מקבל די תּורה פֿון ס׳נײַ יעדעס יאָר און אַפֿילו יעדן טאָג. יעדער יום־טובֿ — און, אין אידעאַל, יעדער מאָמענט פֿונעם לעבן — דאַרף זײַן אַ קוואַל פֿון נײַע השׂגות.
דער חג־השבֿועות איז מסוגל צו געבן אונדז אַ נײַע מדרגה פֿון תּורה־השׂגות און צו אינספּירירן נײַע השׂגות במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט די תּורה זיבעציק "פּנימער"; ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, האָט יעדעס פּנים אומצאָליקע וואַריאַציעס. יעדער מענטש האָט אייגענע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער תּורה, וועלכע אַנטוויקלען זיך במשך פֿון זײַן לעבן — אויב מע שטרעבט זיי צו אַנטוויקלען. עס זענען שוין פֿאַראַן אַזויפֿיל גרייטע תּורה־פּירושים, אַז ס׳איז אוממעגלעך זיי אַלע אויסצופֿאָרשן ווי געהעריק; אַפֿילו די גרעסטע תּלמידי־חכמים באַגרינדן זייערע פּירושים, געוויינטלעך, אויף אַ רעלאַטיוו־קליינער צאָל אויסגעקליבענע ספֿרים, וועלכע "רעזאָנירן" מיט זייערע נשמות.
וואָס מער חידושי־תּורה ווערן אַנטפּלעקט, אַלץ מער נײַע אינטערפּרעטאַציעס זענען מעגלעך. ממילא, ווערט די תּורה קיינמאָל נישט אויסגעשעפּט. אַדרבה, ווערט זי באַוואַקסן כּסדר מיט נײַע "צווײַגן" פֿון כּלערליי פּירושים.
ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי מע קאָן אָפּטײַטשן פֿאַרשיידענע מיצוות און מעשׂיות פֿון דער תּורה. וואָס טוט מען אָבער מיט אַזעלכע "טרוקענע" חשבונות, ווי אין דער הײַנטיקער פּרשה? ס׳איז, מסתּמא, צום מערסטן שווער זיי צו אינטערפּרעטירן אויף אַ חידושדיקן אופֿן. עס זענען טאַקע פֿאַראַן ווייניק פּירושים, וואָס דערקלערן דעם אינערלעכען מיסטישן באַדײַט אין די דאָזיקע לאַנגע רייען פֿון ציפֿערן. פֿונדעסטוועגן, ווייסן מיר, אַז אין זיי שטעקט אויך אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿון טיפֿע סודות.
די צעטיילונג פֿון דער מענטשלעכער טעטיקייט אויף "העכערע" און "נידעריקערע" אַספּעקטן איז, אין דער אמתן, אַן אילוזיע. אין יעדער ערלעכער באַשעפֿטיקונג איז פֿאַראַן אַ באַזונדערע מעלה און אַ ספּעציעלע גײַסטיקע השׂגה, אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן. נישט צופֿעליק קומט דער הײַנטיקער יום־טובֿ דווקא נאָך אַזאַ פּרשה, וואָס אירע חשבונות לאָזן זיך נישט גרינג אינטערפּרעטירט צו ווערן. כּדי מקבל צו זײַן די תּורה כּסדר פֿון ס׳נײַ, מוזן מיר זיך אויסלערנען אָפּצושאַצן נישט בלויז הויכע קבלהדיקע און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען, נאָר אויך פּשוטע מענטשלעכע באַמיִונגען און חשבונות, אין וועלכע עס באַהאַלט זיך אויך דאָס ג־טלעכע ליכט.