שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן און איך פֿרייען זיך זייער מיט אונדזער נײַ־געבוירן מיידעלע! אין צוויי וואָכן וועלן מיר איר אַ נאָמען געבן, ווען זי ווערט איין חודש אַלט. מיר וווינען אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿון אַמעריקע, אָבער כּמעט די גאַנצע משפּחה וווינט אויף דעם מיזרח־ברעג. זיי קומען זיך צו באַטייליקן אין אונדזער שׂימחה. אָבער איך ציטער, ווען איך טראַכט, וויפֿל מענטשן וועלן האַלטן און קושן דאָס קינד. ווי איר ווייסט, באַקומען נישט די עופֿעלעך קיין וואַקצינירונגען ביז זיי ווערן אַלט צוויי חדשים. איך בין אַ מאַמע צום ערשטן מאָל און דער געדאַנק אַליין, אַז מע וועט אַרײַנברענגען מיקראָבן מאַכן מיך נערוועז. וויל איך נישט, אַז מע זאָל דאָס קינד יעדעס מאָל נעמען אויף די הענט. מײַן מאַן איז מסכּים מיט מיר, אָבער ער זאָרגט זיך, מע זאָל קיינעם נישט באַליידיקן. זיי זענען דאָך געפֿאָרן אַ ווײַטן וועג צו זען דאָס קינד. וואָס פֿאַר אַן עצה קענט איר אונדז געבן?


נײַע מאַמע




טײַערע נײַע מאַמע,
מזל־טובֿ! ערשט־געבוירענע קינדער זענען די טײַערסטע מתּנות! אָבער אַן עופֿעלע איז נישט קיין טעקעלע, וואָס מע גיט איבער פֿון הענט צו הענט. אײַער טעכטערל דאַרף נישט אויסגעשטעלט ווערן פֿאַר אַזוי פֿיל מיקראָבן. דערצו וועט זי ווערן צו אויפֿגערעגט און ס‘קאָן אויף איר שלעכט ווירקן, ווען מע גיט עס צו אַ סך מענטשן. רעדט זיך אַדורך מיט אײַער מאַן און באַגרענעצט דעם צוטריט צום קינד. אפֿשר וועט איר באַשליסן, אַז בלויז זיידע־באָבעס, פֿעטערס און מומעס וועלן קענען האַלטן דאָס קינד. זאָלן די דאָזיקע אויסגעקליבענע מענטשן קומען אין אַ צײַט, ווען זיי קענען האַלטן דאָס קינד. ווען אַנדערע קומען אין שטוב, דאַרפֿט איר און אײַער מאַן בלויז האַלטן דאָס קינד. קויפֿט פֿאַר זיך אַ טרעגערל, דאָס עופֿעלע זאָל זײַן "צוגעבונדן" צו אײַך. ווען עמעצער וועט בעטן צו האַלטן דאָס מיידעלע, קען מען ענטפֿערן — "זי איז נישט אין אַ גוטער שטימונג איצט; ס‘איז נישט קיין גוטע צײַט זי איבערצוגעבן צו אַנדערע". אָדער, מע קען ענטפֿערן "זי איז אַזוי גליקלעך איצט מיט מיר, וויל איך נישט זי זאָל אָנהייבן וויינען". משפּחה און פֿרײַנד קומען צוליב דער שׂימחה מיט דער טאָכטער, וועלן זיי זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיטן קינד, און וועלן זײַן צופֿרידן מיט דעם, אָן מע זאָל זי האַלטן אויף די הענט.




טײַערע חזנטע,
מײַן פֿרוי מיט וועמען איך האָב מיט 51 יאָר צוריק חתונה געהאַט, איז עובֿר־בטל. איך האָב נישט געקאָנט געבן אַכטונג אויף איר, האָט זי זיך אַריבערגעקליבן אין אַ מושבֿ־זקנים מיט עטלעכע יאָר צוריק. איך פֿאָר זי זען יעדן טאָג, און כאָטש זי ווייסט נישט אַלע מאָל ווער איך בין, בלײַב איך איר מאַן, און זי מײַן פֿרוי.
עס טוט וויי, ווען איך הער ווי מענטשן רעדן וועגן איר ווי זי וואָלט שוין געווען געשטאָרבן. זיי שיקן בריוו און פּעקלעך בלויז מיט מײַן נאָמען אויפֿן אַדרעס. זיי רעדן וועגן איר אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. ווי קען איך דאָס אָפּשטעלן? זי איז מײַן פֿרוי און איך האָב זי ליב און זי לעבט ווײַטער, כאָטש זי האָט זיך געביטן.


געטרײַער מאַן




טײַערער געטרײַער מאַן,
דער בעסטער אופֿן דאָס צו באַקעמפֿן איז, אַז די וועלט זאָל באַמערקן ווי איר באַציט זיך צו איר ווי צו אַ לעבעדיקן נפֿש. אויב עמעצער רעדט וועגן אײַער פֿרוי אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, זאָלט איר ענטפֿערן אין דער איצטיקער צײַט. אויב עמעצער פֿאַרבעט בלויז אײַך, זאָלט איר ענטפֿערן ווי אַ פּאָרל, אַפֿילו אויב איר ענטפֿערט, אַז די פֿרוי וועט נישט קענען קומען. מע וועט פֿאַרשטיין אײַער כּוונה, און מע וועט ווערן מער סענסיטיוו צום ענין.



* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?"
שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש —
צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com


אָדער

Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024