די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "במדבר", מיט זיינע לאַנגע רייען פֿון חשבונות, און באַטראַכט דעם לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה.
מע קאָן זאָגן, אַז די עיקר־טעמע פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל זענען די באַציִונגען צווישן אָרדינאַרע און אומגעוויינטלעכע אַספּעקטן פֿונעם וועזן; צווישן הייליקע און וועלטלעכע זאַכן, צווישן כּללים און אויסנאַמען. אין דער פֿאָריקער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן אַלע דערוואַקסענע ייִדישע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר, יעדן שבֿט באַזונדערס. צוליב דעם, וואָס כּמעט די גאַנצע סדרה באַשטייט פֿון חשבונות און איבערציילונגען פֿון נעמען, איז דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך באַקאַנט ווי "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". אויף אַנדערע שפּראַכן טראָגט ער אויך אַזאַ נאָמען (למשל, Numbers אויף ענגליש).
בוכשטעבלעך, הייסט דער פֿערטער טייל פֿון דער תּורה "במדבר" — "אינעם מידבר". מע קאָן זאָגן, אַז אַ מידבר איז בעצם אַ נודנע אָרט. למשל, אַנטאַרקטיקע איז אַן אײַזענער מידבר, וווּ עס אַרבעטן בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן און עס זענען פֿאַראַן זייער ווייניק פֿלאַנצן און בעלי־חיים. בדרך־כּלל, איז עס אַ גרויס ווײַס פֿעלד. דער קאָסמאָס איז אויך אַ פּוסטער מידבר, וווּ ס’איז אַפֿילו נישטאָ קיין לופֿט צו אָטעמען. און די לבֿנה איז אַ קאָמבינאַציע פֿון אַ פּוסטן פּלאַץ מיט דער קאָסמישער אָפּוועזנהייט פֿון דער לופֿט. אויף יעדן פּשוטן ווינקל אויף דער ערד קומען פֿאָר, מסתּמא, מער פֿאַרשיידנאַרטיקע געשעענישן, ווי אויף דער לבֿנה.
פֿונדעסטוועגן, חלומען א סך מענטשן דווקא צו באַזוכן אַנטאַרקטיקע, שוין אָפּגערעדט פֿון קאָסמאָס און לבֿנה. הגם די דאָזיקע ערטער זענען, פֿון איין זייט, וויסטע מידבריות, זענען זיי פֿאָרט די סאַמע עקזאָטישע און אומגעוויינטלעכע.
אונדזער פּרשה איז פֿול מיט מאָנאָטאָנע חשבונות און איבערציילונגען, וועלכע לאָזן זיך נישט אַזוי גרינג אינטערפּרעטירט צו ווערן. אַפֿילו די מקובלים, וועלכע פֿאַרנעמען זיך כּסדר מיט גימטריאות, האָבן אָנגעשריבן ווייניק פּירושים אויף די דאָזיקע לאַנגע רייען פֿון ציפֿערן. אַפֿילו די ספֿרים פֿונעם קאָמאַרנער חסידות, וועלכע גריבלען זיך אַרײַן אין די קלענסטע גראַמאַטישע פּרטים פֿונעם תּורה־טעקסט, און טײַטשן זיי אָפּ על־פּי־קבלה, לאָזן אָפּ די חשבונות אין דער פֿאָריקער פּרשה. דער פֿאַקט, וואָס אַזעלכע חשבונות געפֿינען זיך בכלל אין דער הייליקער תּורה, און דערצו אין פֿאַרבינדונג מיט דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טוב, שבֿועות, ווען מיר האָבן זיך דערמאָנט וועגן דער מתּן־תּורה און זי מקבל געווען פֿון ס׳נײַ, אויף אַ נײַער מדרגה, איז גופֿא אַן אומגעוויינטלעכער. ס׳איז אויך אומגעוויינטלעך, אַז משה רבינו, דער גרעסטער נבֿיא און דער מנהיג פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, האָט זיך פֿאַרנומען מיט אַזאַ פּשוטער אַרבעט, ווי די איבערציילונג פֿון אַ געוויסער גרופּע ייִדן, און לאַוו־דווקא די חשובֿסטע. ער אַליין, אַזוי ווי אַלע אַנדערע זקנים, איז נישט אַרײַן אינעם חשבון.
ווי עס ווײַזט דער דערמאָנטער בײַשפּיל מיטן קאָסמאָס און דער לבֿנה, זענען געוויינטלעכקייט און אומגעוויינטלעכקייט רעלאַטיווע באַגריפֿן. די געוויינטלעכע פּלאַנעטן זענען פּוסטע מדבריות און דער קאָסמאָס איז, בדרך־כּלל, פּוסט. אונדזער ערד איז אַן אומגעוויינטלעכער אויסנאַם. אָבער, פֿון דער מענטשלעכער פּערספּעקטיוו, זענען די קאָסמאָס־נסיעות די סאַמע אומגעוויינטלעכע פּאַסירונגען. עס קאָן זיין, אַז די חשבונות פֿונעם חומש "במדבר" באַהאַלטן זיך אויס די אומגעוויינטלעכסטע און טיפֿסטע סודות, הגם אַפֿילו די גרעסטע מקובלים האָבן זיי דערווײַל נאָך ניט געלייזט.
אין דער היינטיקער פּרשה זעט מען די דאָזיקע דיאַלעקטישע באַציִונג צווישן די געוויינטלעכע און אוניקאַלע זאַכן נאָך שאַרפֿער. דער אייבערשטער האָט געהייסן איבערצוציילן די לוויים פֿון 30 ביז 50 יאָר, יעדע משפּחה באַזונדערס.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג "נשׂא את ראָש בני קהת" — "צייל איבער בני־קהת", איינע פֿון די משפּחות ביים שבֿט־לוי. אַן ענלעכער אָנזאָג געפֿינט זיך אויך אין דער פֿריִערדיקער פּרשה. בוכשטעבלעך, האָט דער אייבערשטער געהייסן "אויפֿהייבן דעם קאָפּ" פֿון דער דאָזיקער משפּחה. על־פּי־קבלה, האָט דער עצם־פּראָצעס פֿון איבערציילונג, הגם ער זעט אויס ווי א מאָנאָטאָנע דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונג און אַרומגענומען בלויז פֿון אַ געוויסער גרופּע צווישן די מענער־לוויים, געווען אַ גרויסער תּיקון פֿאַרן גאַנצן שבֿט, וועלכער האָט זיי געהאָלפֿן זיך אויפֿצוהייבן אויף אַ העכערער מדרגה.
ווײַטער אין דער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער סוטה — אַ פֿרוי, פֿאַרדעכטיקט אין אומגעטרײַשאַפֿט צו איר מאַן. אין די אוראַלטע צײַטן, אויב זי האָט נישט געוואָלט זיך גטן, וואָלט זי געקאָנט פֿרײַוויליק אויסגעפּרוּווט ווערן דורך אַ ספּעציעלן געטראַנק. אויב זי האָט נישט געזינדיקט מיט אַן אַנדער מאַן, וואָלט דער געטראַנק פאַר איר געדינט ווי אַ ברכה אויף געזונטע קינדער און אַריכות־ימים. אָבער, אויב זי האָט יאָ געזינדיקט, וואָלט זי גלײַך געשטאָרבן.
ווי אַ טייל פֿונעם סוטה־ריטואַל, האָט מען געדאַרפֿט אויסמעקן דעם הייליקן שם־השם אינעם דאָזיקן געטראַנק. געוויינטלעך, טאָר מען נישט אויסמעקן דעם ג־טלעכן נאָמען. אין דעם פֿאַל, אָבער, איז עס געווען אַ מיצווה. פּאַראַדאָקסיש, האָט די צווייפֿלהאַפֿטיקע אויפֿפֿירונג פֿון אַ פֿרוי, אָדער די אייפֿערזיכטיקייט פֿון אַ מאַן, גורם געווען אַ מעשׂה, וואָס פֿאַרוואַנדלט אַן עבֿירה אין אַ מיצווה.
ווײַטער, ווערט אין דער סדרה דערציילט וועגן דעם נזיר — אַ מענטש, וועלכער זאָגט זיך אָפּ פֿון טרינקען ווײַן, פֿון שערן די האָר און פֿון אָנרירן די טויטע. הגם דער ענין פֿון נזירות איז אַ מיצווה אין דער תּורה, דערקלערן די חז״ל, אַז ס׳איז נישט קיין פּאַסיקע אויפֿפֿירונג. צופֿיל אַסקעטיזם, ווען אַ מענטש זאָגט זיך אָפּ פֿון די נאָרמאַלע פֿאַרגעניגנס, איז נישט גוט. צוליב דעם, מוז אַ נזיר ברענגען ספּעציעלע קרבנות, ווי אַ בעל־עבֿירה, אויב ער וויל זיך אומקערן צום געוויינטלעכן לעבנס־שטייגער. דער רמב״ם האַלט בפֿירוש, אַז דאָס נזירות איז אַ חטא.
די פּרשה שליסט זיך מיט דער דערציילונג פֿון ספּעציעלע קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די צוועלף שבֿטים האָבן געבראַכט, כּדי מקדש צו זײַן דעם מזבח. די זעלבע פּסוקים ווערן איבערגעחזרט ממש וואָרט נאָך וואָרט צוועלף מאָל; צוליב דעם, איז די הײַנטיקע פּרשה די לענגסטע אינעם גאַנצן חומש.
דאָס איז אַ מער עקסטרעמער פֿאַל פֿון דער דיאַלעקטיק צווישן דעם געוויינטלעכן און אומגעוויינטלעכן. די חשבונות אין דער פֿאָריקער פּרשה זענען כאָטש פֿאַרשיידענע; אין דער היינטיקער סדרה ווערן כסדר איבערחזרט פּונקט די זעלבע ווערטער — וואָס דאָס איז גופֿא זייער מערקווערדיק און אומגעוויינטלעך, הגם ס׳איז נאָך שווערער צו פֿאַרשטיין, וואָס פֿאַר אַ סודות שטעקן אין די איבערגעחזרטע פּסוקים.
די מעשׂיות מיט דער סוטה און מיטן נזיר זענען אויך גאַנץ פּאַראַדאָקסישע. אייפֿערזיכטיקייט פון אַ מאַן און אַ חשד קעגן אַ פֿרוי איז נישט קיין גרויסער חידוש אין דער וועלט — און פֿאָרט, ברענגט זי אין אַ געוויסן פֿאַל צו איינער פֿון די סאַמע אומגעוויינטלעכע מיצוות אין דער תּורה. און פֿאַרקערט: אַן אַסקעט, וועלכער וויל זיך פֿירן אומגעוויינטלעך פֿרום, ווערט פֿאַר דעם פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פּשוטן בעל־עבירה.
די גרענעץ צווישן די אָרדינאַרע און אויסנעמלעכע געשעענישן איז אַ רעלאַטיווע. וואָס טיפֿער מיר טראַכטן זיך און קוקן זיך אַרײַן אינעם ג־טלעכן שורש פֿון אַלע מעשׂים אין דער וועלט, אַלץ קלאָרער קאָנען מיר זען, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו אַנטלויפֿן פֿון עולם־הזה, ווי אַ נזיר. אַדרבה, אַפֿילו אין די סאַמע פּשוטע, רוטינע־זאַכן אַנטפּלעקט זיך די הייליקע שכינה, און פֿאַרוואַנדלט יעדן מאָמענט אין אונדזער לעבן אין אַ "קאָסמאָס־נסיעה" צו די הויכע גײַסטיקע וועלטן.