אין פּרקי־אָבֿות ווערן געבראַכט צוויי בײַשפּילן פֿון מחלוקת: לשם־שמים, ווי צווישן הלל און שמאַי, און שלא־לשם־שמים, ווי צווישן משה און קורחן. אין די חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז קורחס טענות זענען אויך נישט געווען אינגאַנצן פּוסטע. אויב זײַן מחלוקת וואָלט געווען אַ באַשײַמפּערלעך־פּוסטע קריגערײַ אָן אַ סיבֿה, וואָלט בכלל נישט געווען וואָס צו רעדן וועגן דעם. די חז״ל ברענגען עס ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַ שלעכטן סיכסוך דווקא צוליב דעם, וואָס אין די טענות קעגן משה רבינו איז געווען, בעצם, אַ קערנדל פֿון אמת, אָבער זיי זענען געווען אויסגעמישט מיט אומריינע כּוונות.
קורח איז געווען אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז געווען נישט צופֿרידן מיט דעם, ווי אַהרן איז געוואָרן דער כּהן־גדול. ער האָט אײַנגעזען אין דעם אַ סימן פֿון פּראָטעקציאָניזם, ווײַל אַהרן איז געווען משה רבינוס ברודער. אַחוץ דעם, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינו האָט געשאַפֿן אַרום זיך אַ היעראַרכיע פֿון דיינים, נאָך דער עצה פֿון זײַן שווער, יתרו. בקיצור, האָט קורח געטענהט, אַז משה פֿירט זיך ווי אַן אויטאָריטאַרער מנהיג, וועלכער שטעלט זײַנע מענטשן אָן אויף וויכטיקע פּאָזיציעס, און הערט זיך צו צו זײַנע קרובֿים מער, ווי צום פּשוטן פֿאָלק.
צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע ייִדן פֿונעם שבֿט־ראובֿן, האָט קורח אָרגאַניזירט אַ גרופּע פֿון 250 בכּבֿודיקע תּלמידי-חכמים, וועלכע זענען אויפֿגעטראָטן קעגן משהס פֿירערשאַפֿט. זיי האָבן געטענהט, אַז משה טאָר זיך ניט האַלטן העכער ווי אַנדערע ייִדן, ווײַל דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געהערט דעם אייבערשטנס קול אויפֿן באַרג סיני — ממילא, זענען אַלע ייִדן הייליק און קאָנען אַליין אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט, אָן אַ פֿאַרמיטלער.
ווי עס דערקלערן די חז״ל, האָבן די תּלמידי־חכמים פֿון קורחס חבֿרה געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז משה רבינוס פּסק־הלכה איז נישט ריכטיק. זיי האָבן זיך אָנגעטאָן אין בלויע טליתים, געמאַכט אינגאַנצן פֿון תּכלת, און זענען געגאַנגען צו פֿרעגן משהן, צי מע מוז צובינדן די ציצית צו אַזאַ טלית. משה רבינו האָט זיי געזאָגט, אַז יאָ; זיי האָבן געטענהט, אַז מ׳מוז נישט.
כּדי אָפּצושטעלן די קריגערײַ, האָט משה פֿאָרגעלייגט קורחן מיט זײַנע חבֿרים אויפֿצורייכערן אַ קטורת אינעם מישכּן, כּדי צו זען, צי דער אייבערשטער וועט עס אָננעמען. ווען זיי האָבן דאָס געפּרוּווט צו טאָן, האָט די ערד זיך צעשפּאָלטן און אײַנגעשלונגען די הויפּט־אויפֿהעצער פֿונעם מחלוקת, בראָש מיט קורחן. די אַנדערע באַטייליקטע אינעם סיכסוך זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימלישן פֿײַער.
די מעשׂה האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה צווישן ייִדן. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ מגיפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט, ווען אַהרן הכּהן האָט געבראַכט זײַן קטורת אינעם מישכּן. דערנאָך, כּדי צו באַשטעטיקן אַהרנס רעכט צו זײַן דער כּהן־גדול, האָט אַהרנס שטעקן, על־פּי־נס, זיך צעבליט.
די ציצית מיטן ספּעציעלן תּכלת־פֿאָדעם, וועלכן מע פֿלעגט אַרײַנפֿלעכטן אינעם טלית, ווען מע האָט געוווּסט, ווי אַזוי פּינקטלעך צו מאַכן די ריכטיקע בלויע פֿאַרב פֿון אַ געוויסער ים־חיה, פֿאַרוואַנדלען אַ שטיקל שניט־סחורה אין אַ דבֿר־מיצווה. אַדרבה, די תּורה פֿאַרווערט צו טראָגן אַ פֿירעקיקן בגד אָן אַ ספּעציעלער "באַצירונג" אויף אַלע זײַטן.
מע קאָן זאָגן, אַז די פֿאָרעם פֿונעם טלית סימבאָליזירט די אַלגעמיינע סטרוקטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר. דאָס פּשוטע פֿאָלק איז געווען "אַרומגערינגלט" מיט משה רבינו, ווי דער גײַסטיקער הויפּט־מנהיג, מיט אַהרן־הכּהן, ווי דער הויפּט־אויספֿירער פֿון עבֿודת־הקרבנות, מיט דער היעראַרכישער סיסטעם פֿון צווייט־ראַנגיקע מנהיגים. אָן דעם, וואָלט דאָס פֿאָלק נישט געקאָנט פֿונקציאָנירן, און די נסיעה איבערן מידבר וואָלט זיי פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ הייליקער ג־טלעכער אַנטפּלעקונג אין אַ הפֿקרדיק בלאָנדזשעניש.
קורח מיט זײַן חבֿרה האָט געטענהט, אַז דאָס פֿאָלק קאָן זיך באַגיין אָן אַזאַ סיסטעם. יעדער ייִד איז געוואָרן בעת יציאת־מצרים און בײַם באַרג סיני אַן עדות פֿון גרויסע ג־טלעכע ניסים און אַ שטיקל נבֿיא. אַזוי ווי אַ טלית, וואָס באַשטייט אינגאַנצן פֿון ריין־בלויער תּכלת־סחורה, מוז אַזאַ הימל־דערהויבן פֿאָלק נישט קאָנטראָלירט ווערן דורך אַ ספּעציעלער היעראַרכיע פֿון ספּעציעלע יחידים.
הגם אַזאַ אידעע קלינגט אידעאַליסטיש און שׂכלדיק, האָט קורח, אין דער אמתן, נישט געוואָלט שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מענטש איז גלײַך און פֿאָדערט נישט קיין היעראַרכיעס. די תּורה דערציילט אונדז, אַז ער האָט אויסגענוצט זײַנע אידעען, כּדי איבערצונעמען די מאַכט אין זײַנע אייגענע הענט און צו ווערן אַליין אַ פּאָפּוליסטישער פֿירער, אַ מנהיג און אַ כּהן־גדול אין דער זעלבער צײַט. דאָס הייסט, אַז ער האָט געוואָלט שאַפֿן אַ סיסטעם, וועלכע וואָלט געווען נאָך מער צענטראַליזירט. זײַנע חבֿרים האָבן אויך נישט פּלאַנירט אָפּצושאַפֿן די היעראַרכיעס, נאָר צו באַקומען אַ וויכטיקע פּאָזיציע אונטער קורחס פֿירערשאַפֿט.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אַזאַ מחלוקת ערגער, ווי אַ פּוסטע קריגערײַ. ס׳איז מער סכּנותדיק, ווען הינטער אידעאַליסטישע אידעען שטעקן אויטאָריטאַרע כּוונות, ווי מע האָט אַ סך מאָל געזען אין דער געשיכטע. פֿונדעסטוועגן, דערקלערט דער מדרש, אַז קורח וועט טאַקע ווערן דער כּהן־גדול בײַ תּחית־המתים, ווען זײַן טרוים פּטור צו ווערן פֿון היעראַרכיעס, נישט געקוקט אויף זײַנע פּערזענלעכע שלעכטע כּוונות, וועט טאַקע פֿאַרוויקלעכט ווערן, און די גאַנצע מענטשהייט וועט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ "טלית, געמאַכט פֿון איין תּכלת" — אַן עכט־דערהויבענע געזעלשאַפֿט.
אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר באַמערקט, אַז אינעם חומש "במדבר" ווערט כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון באַציִונגען צווישן כּללים און אויסנאַמען, אָדער אָרדינאַרע און אומגעוויינטלעכע געשעענישן. קורח האָט אויפֿגעוויזן אויף אַן ערנסטער פּראָבלעם: ס׳איז טאַקע בעסער צו לעבן אָן היעראַרכיעס; אין די לעצטע דורות, וועלכע ווערן אָנגערופֿן "עקבֿתא דמשיחא", די איבערגאַנג־תּקופֿה צווישן דעם זמן־הגלות און גאולה־צײַטן, האָבן אַ צאָל חסידישע צדיקים טאַקע געפּרוּווט צו שאַפֿן קהילות אויפֿן יסוד פֿון גלײַכקייט, אָן היעראַרכישער פֿירערשאַפֿט.
פֿונדעסטוועגן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, וואָלט אַ געזעלשאַפֿט, וואָס זעט אויס ווי אַ "טלית פֿון איין תּכלת" — ווי אַ גלײַכע שמאַטע פֿון איין מאָנאָטאָנעם קאָליר — אויסגעזען גאַנץ נודנע, ווײַט פֿונעם ג־טלעכן גײַסט פֿון לעבן. דאָס ג־טלעכע ליכט ווערט אַנטפּלעקט דווקא דורך פֿאַרשיידנאַרטיקייט, דורך שאַפֿן אַחדות אינעם סינטעז פֿון היפּוכדיקע כּוחות. דערפֿאַר איז קורחס פּרוּוו צו לייזן די פּראָבלעם פֿון היעראַרכיעס דורכגעפֿאַלן — אין גאַנץ בוכשטעבלעכן זין פֿון וואָרט.
משה רבינו האָט אויך געשטרעבט אָנצוּווײַזן די מעלה פֿון גלײַכקייט. מיט זײַנע חשבונות אינעם חומש "במדבר", האָט ער אויפֿגעוויזן, אַז יעדער מענטש האָט אַן אוניקאַלע ראָלע און מעלה אין דער וועלט. דאָס, וואָס אַ געוויסער יחיד פֿירט אויס די ראָלע פֿונעם כּהן־גדול, דער צווייטער איז נבֿיא, און דער דריטער מאַכט שלום צווישן מענטשן דורך זײַן דיינות, מוז נישט ברענגען צו קיין עכטע היעראַרכיעס. די גאולה־וועלט וועט אויסזען נישט ווי אַ "טלית שכּולו תּכלת", נאָר גיכער ווי אַ פֿאַראייניקטע מאַפּע פֿון כּלערליי ליכטיקע פֿאָרעמס און קאָלירן.