די הײַנטיקע וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם לעצטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, "דבֿרים". אין פֿאָריקע פּרשיות האָבן מיט כּסדר באַטראַכט די עיקר־מאָטיוון פֿון יעדן חומש־טייל, אין פֿאַרבינדונג מיט זייערע נעמען. אויב מע באַטראַכט די תּורה ווי אַ סעריע פֿון פֿינף בענדער, וואָס יעדער באַנד איז געווידמעט אַ געוויסער טעמע, קאָן מען באַמערקן אַ געוויסע לאָגישע סטרוקטור.
אינעם חומש "בראשית" גייט אַ רייד וועגן דעם וועלט־באַשאַף, אין שײַכות צו דעם מענטש ווי דער צענטער און דער תּכלית פֿונעם גאַנצן אוניווערס. לויט דער פֿילאָסאָפֿישער טערמינאָלאָגיע, קאָן מען זאָגן, אַז "בראשית" איז אַ ספֿר פֿון אָנטאָלאָגיע און קאָסמאָלאָגיע — אַ קוואַל פֿון ידיעות וועגן דעם עצם־וועזן און וועגן דער אַנטוויקלונג פֿונעם קאָסמאָס. די תּורה פֿאָקוסירט זיך אָבער אויף דער מענטשלעכער, סוביעקטיווער פּערספּעקטיוו, און באַטראַכט די מענטשהייט ווי די וויכטיקסטע ג־טלעכע באַשאַפֿונג.
די גאַנצע מעשׂה־בראשית ווערט באַשריבן נישט מיט טעכנישע, וויסנשאַפֿטלעכע טערמינען, נאָר מיט אַ לעבעדיקן טעם, ווי אַ סעריע פֿון לעגענדעס, אַלעגאָריעס און מיסטישע דערציילונגען, וואָס זייער הויפּט־ציל איז נישט צו געבן אַ פּינקטלעך און טרוקן בילד פֿון דער אַרומיקער נאַטור, נאָר צו אַנטפּלעקן די סודות פֿונעם מענטשלעכן אוניווערס, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז אַלץ אַרום אונדז איז מאַניפֿעסטאַציעס פֿונעם ג־טלעכן אַבסאָלוט.
אינעם חומש "שמות" ווערט דערציילט, ווי אַזוי יעקבֿס משפּחה האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנץ פֿאָלק, וועגן שקלאַפֿערײַ און באַפֿרײַונג, וועגן דער סאָציאַלער ווערט פֿון דער קאָלעקטיווער אַרבעט פֿון ייִדן איבער דעם מישכּן, וועגן סאָציאַלע באַציִונגען צווישן מענטשן. מע קאָן זאָגן, אַז ס׳איז אַ מין לערנבוך פֿון מיסטישער סאָציאָלאָגיע. דאָס עצם־וואָרט "שמות" — וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "נעמען" — באַשרײַבט די מענטשלעכע באַציִונגען בעסער, ווי אַזעלכע באַגריפֿן, ווי "געזעלשאַפֿט" אָדער "מאַסן". יעדער קאָלעקטיוו באַשטייט פֿון יחידים, וואָס יעדער פֿון זיי האָט אַן אייגענעם נאָמען און אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט. דורך אַחדות און ליבשאַפֿט קאָן מען אַנטפּלעקן דעם ג־טלעכן שורש פֿון דער מענטשהייט.
"ויקראָ" מיינט "און ער האָט גערופֿן". אינעם דריטן טייל פֿונעם חומש גייט אַ רייד וועגן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם אייבערשטן, וועגן דעם אינערלעכן ג־טלעכן רוף, וועלכער ציט די נשמה אַרויף. ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן, אַז דער אייבערשטער אינעם חומש "ויקראָ" איז קיינמאָל נישט "אין דרויסן".
די מפֿרשים דערקלערן, אַז צוערשט האָט משה רבינו געמיינט, אַז ס׳איז צופֿעליק אַזוי געשען, אַז ער איז געוואָרן אַ נבֿיא, און נישט געווען אַ רעזולטאַט פֿון זײַן הויכער מדרגה — דערפֿאַר האָט ער געוואָלט אָנשרײַבן "ויקר". דער באַשעפֿער האָט אים אָבער געהייסן צוגעבן אַן "אַלף" — ווי אַ סימן, אַז די נבֿואה איז אַן אינערלעכער פּראָצעס פֿון משהס פֿאַרטיפֿונג אינעם ג־טלעכן עצם פֿון זײַן אייגענער נשמה. דער דאָזיקער טייל פֿון דער תּורה קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ ספֿר פֿון טעאָלאָגיע און מיסטישער פּסיכאָלאָגיע — וואָס איז, בעצם, די זעלבע זאַך, ווײַל ג־טלעכע אַנפּלעקונגען זענען, סוף־כּל־סוף, דווקא אַ מענטשלעכער, אַ פּסיכאָלאָגישער, פֿענאָמען.
בקיצור, ווערט אין די ערשטע דרײַ טיילן פֿונעם חומש דערקלערט, אַז אין דער נאַטור, אין דער געזעלשאַפֿט און אינעם יחיד שטעקט דאָס ג־טלעכע ליכט, וואָס מע קאָן דערגרייכן, אויב מע שטרעבט גענוג. אינעם פֿערטן חומש־טייל "במדבר", וואָס מיר האָבן פֿאַרענדיקט לייענען די פֿאָריקע וואָך, אַנטהאַלטן זיך לאַנגע חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, רשימות פֿון וואַנדערונגען איבער לאַנג־פֿאַרגעסענע מידבר־ערטער, און מעשׂיות וועגן עבֿירות און אינטריגעס פֿון פֿאַרשיידענע יחידים. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז דווקא אין דעם־אָ טייל פֿון דער תּורה גייט אַ רייד וועגן דעם געוויינטלעכן טאָג־טעגלעכן לעבן, וואָס זעט צומאָל אויס נודנע און דערעסנדיק.
ס׳רובֿ רעאַלע מענטשן טוען עבֿירות — הגם, נישט אין דעם תּנ״כישן קאַטאַסטראָפֿישן פֿאַרנעם; ס׳רובֿ טעג פֿון אונדזער לעבן דערמאָנען מער נודנע וואַנדערונגען אין אַ מידבר, ווי אַזעלכע וווּנדער־מעשׂים, ווי די מעשׂה־בראשית, מעשׂה־אָבֿות אָדער יציאת־מצרים. און פֿאָרט, ווי עס דערקלערט אונדז די תּורה, קאָן מען געפֿינען דאָס ג־טלעכע ליכט נישט בלויז אינעם קאָסמאָס אָדער אין עכט־רעוואָלוציאָנערע היסטאָרישע געשעענישן, נאָר אַפֿילו אין אַזעלכע זאַכן, ווי — לאָמיר זאָגן — נעמען פֿון באַן־סטאַנציעס, זײַטן פֿון טעלעפֿאָן־ביכער און דעמאָגראַפֿישע באַריכטן, ווי אויך אין סתּירותדיקע און אַפֿילו בפֿירוש שלעכטע אויפֿפֿירעכצער פֿון מענטשן.
ס׳איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי מע זאָל אָנרופֿן די ספּעציעלע חכמה פֿונעם חומש "במדבר", נאָר זי באַשטייט אין דעם, וואָס אַחוץ פּסיכאָלאָגיע, טעאָלאָגיע און אַנדערע הויכע חכמות, בלײַבט ג־טלעכקייט דער שורש פֿון אונדזער יעדן לעבנס־מאָמענט. "ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט", ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט דער בעל־שם־טובֿ. פֿונדעסטוועגן, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי געהעריק דעם דאָזיקן אמת, איז נישט גענוג דאָס צו באַטראַכטן פֿילאָסאָפֿיש, נאָר מע מוז עס דורכלעבן און דערפֿילן.
אין אַלע פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם חומש ווערט דערציילט, אַז דאָס פֿאַרבאָרגענע ג־טלעכע ליכט שטעקט הינטער די "קוליסן" פֿון דער נאַטור, געזעלשאַפֿט אָדער פּערזענלעכע געפֿילן און געדאַנקען. ס׳איז אָבער שווערער צו פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז, אין דער אמתן, קיינמאָל נישט פֿאַרבאָרגן. ער איז דער עצם פֿונעם גאַנצן וועזן, און אַלע אונדזערע ווערטער און געדאַנקען זענען אַ טייל פֿונעם ג־טלעכן "מאַטריקס", הגם מיר פֿאַרשטייען עס, געוויינטלעך, נישט, צוליב דעם דרוק פֿון אונדזער "עגאָ", וואָס שאַפֿט אילוזיע־גרענעצן צווישן דעם סוביעקט און אָביעקט, און שטערט אונדז משׂיג צו זײַן דאָס ליכטיקע אַחדות פֿונעם וועזן.
דער לעצטער טייל פֿונעם חומש הייסט "דבֿרים" — "ווערטער". ווי עס שטייט געשריבן אינעם ספֿר־הזוהר, האָט משה רבינו עס אַליין פֿאַרשריבן, און נישט באַקומען בנבֿואה, ווי די פֿריִערדיקע חלקים פֿון דער תּורה. פֿונדעסטוועגן, האָט דער אייבערשטער באַשטעטיקט דעם טעקסט און ער איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם חומש.
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס משה רבינו האָט משׂיג געווען, אַז ס׳איז נישטאָ בכלל אַזאַ זאַך, ווי "אייגענע ווערטער". דאָס ג־טלעכע עצם ווערט אַנטפּלעקט אין יעדעס וואָרט, וואָס אַ מענטש זאָגט, און יעדע מחשבֿה, וואָס ער טראַכט. נישט אין אַלע ווערטער זענען מיר אָבער מסוגל צו געפֿינען אַ נוציקע אינפֿאָרמאַציע. למשל, ווען מע הערט זיך צו צו דער ראַדיאָ און מע הערט סתּם אַ רויש, איז עס אַ רעזולטאַט פֿון באַשטימע פֿיזישע פּראָצעסן, אָבער פֿאַר אַ מענטשלעכן צוהערער האָט עס נישט קיין זין.
משה רבינו האָט אָבער דערגרייכט אַזאַ מדרגה פֿון דבֿקות, אַז דער גאַנצער חילוק צווישן "אייגענע" און "ג־טלעכע" ווערטער איז פֿאַר אים צעשווענקט געוואָרן. מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע השׂגה — אַז אַלץ איז ג־טלעך, אַפֿילו אָן קיין הויכע חכמות און עבֿודות, כאָטש מע מוז זײַן אויף אַ הויכער מדרגה, כּדי דאָס צו זען — איז די הויפּט־טעמע פֿון דער הײַנטיקער פּרשה און פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים".