קיִעוו
|
דוד בערגעלסאָן |
|
קיִעוו איז ביזן יאָר 1917 געווען ווי אַן אינדזל אין דעם רוסיש-ייִדישן "ים" פֿון תּחום-המושבֿ. אַזוי האָבן געהייסן די טעריטאָריעס, וווּ מע האָט דערלויבט די רוסישע ייִדן צו וווינען. אין קיִעוו, אָבער, האָבן געקענט זיך באַזעצן נאָר געוויסע קאַטעגאָריעס ייִדן, בפֿרט די רײַכע. די משפּחה בערגעלסאָן האָט געהערט צו אָט דער סמעטענע פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
דוד בערגעלסאָן איז געבוירן געוואָרן ניט אין קיִעוו, נאָר אין דער קיִעווער געגנט. אַ מיזיניק אין אַ סוחרישער משפּחה, איז ער פֿרי פֿאַרבליבן אַ יתום. האָט אים צו זיך גענומען אַן עלטערער ברודער זײַנער, אַ קיִעווער סוחר. קיִעוו איז געווען איינער פֿון די גרעסטע קולטור-צענטערס אין דער רוסישער אימפּעריע, און די קולטור-אַטמאָספֿער פֿון דער שטאָט האָט, בלי-ספֿק, געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין בערגעלסאָנס אינטעלעקטועלער אַנטוויקלונג.
אין קיִעוו האָבן נאָך געלעבט שלום-עליכמס מקורבֿים. שלום-עליכם אַליין איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון זײַן "יעהופּעץ" — אַזוי האָט ער גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק — אין יאָר 1905. קיִעוו איז געווען פֿול מיט סטודענטן, ייִדישע בתוכם. אַ סך אינטעלעקטואַלן האָבן געחלומט וועגן אַ מאָדערנער ייִדישער נאַציע, און אַזאַ נאַציע האָט זיך גענייטיקט אין אַ מאָדערנער ליטעראַטור.
אַ דאַנק דער ירושה, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים איבערגעלאָזט, האָט בערגעלסאָן קיין דאגת-פּרנסה ניט געהאַט. האָט ער געקענט זיך קאָנצענטרירן אויף שרײַבן, בפֿרט אַז סײַ ער, סײַ זײַנע חבֿרים האָבן געפֿילט אין אים אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט. אין 1909 איז אַרויס זײַן גרעסערע דערציילונג, "אַרום וואָקזאַל", וואָס געהערט איצט צו די קלאַסישע ווערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור.
בערלין
אין 1917 איז בערגעלסאָן שטאַרק באַגײַסטערט געוואָרן פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע און דער איבערקערעניש, וואָס זי האָט מיט זיך געבראַכט. קיִעוו איז געוואָרן די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. די דעמאָקראַטיש געשטימטע פֿירער פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט האָבן צוגעזאָגט די ייִדן צו שטיצן זייער קולטור-אויטאָנאָמיע. אַזוי איז קיִעוו במשך פֿון אַ פּאָר יאָר געוואָרן דער מאַגנעט פֿאַר צענדליקער ייִדישע קולטור-טוער. בערגעלסאָן איז געווען אַ וויכטיקער עלעמענט אין דער קיִעווער "לאַבאָראַטאָריע" פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור.
דער סוף איז געווען, אַז אין יאָר 1920 האָט זיך פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט אויסגעלאָזט אַ בוידעם. אוקראַיִנע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער מלוכה, וואָס האָט די ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס גענומען אונטער דעם קאָמוניסטישן קאָנטראָל. בערגעלסאָן און אַ צאָל אַנדערע קיִעווער קולטור-אַקטיוויסטן האָבן געפּרוּווט שאַפֿן אַ נײַע באַזע פֿאַר זייער טעטיקייט אין מאָסקווע, אָבער די עמיגראַציע האָט אָנגעהויבן אויסזען ווי אַ בעסערער אויסוועג.
בערלין איז געוואָרן אַ מקום-מיקלט פֿאַר אַ סך פּליטים פֿון רוסלאַנד, אַ וויכטיקער צענטער פֿון רוסישער און ייִדישער קולטור. אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט האָט זיך באַזעצט אַ גרויסע קאָלאָניע ייִדישע זשורנאַליסטן, פֿאַרבונדן — דורך דער פּאָסט און טעלעגראַף — מיט ייִדישע רעדאַקציעס אין אַלע לענדער. בערגעלסאָן איז געוואָרן איינער פֿון די בערלינער פּען-מענטשן, וואָס האָבן געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". די צײַטונג איז צו יענער צײַט געווען זייער אַנטי-סאָוועטיש; זײַנען די אַנטי-קאָמוניסטישע געפֿילן, מיט וועלכע בערגעלסאָן איז געקומען פֿון רוסלאַנד, צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער שטימונג פֿון דער רעדאַקציע.
מאָסקווע
דאָס שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" האָט בערגעלסאָנען געהאָלפֿן אויסצוהאַלטן די משפּחה. אָבער די זשורנאַליסטישע אַרבעט האָט אים פֿאַרשאַפֿן גענונג עגמת־נפֿש. קיין זשורנאַליסט איז ער דאָך ניט געווען. געשריבן האָט ער קאָמפּליצירט — צו סטיליסטיש פֿאַרדרייט זײַנען געווען זײַנע פֿראַזעס פֿאַר דעם דורכשניטלעכן לייענער פֿון דער מאַסן-צײַטונג. אַב. קאַהאַן איז געווען ניט שטאַרק צופֿרידן מיט בערגעלסאָנס טעקסטן, אייניקע פֿון זיי האָט ער אַפֿילו ניט געדרוקט.
אין די מיט-1920ער יאָרן האָבן אַ צאָל ייִדישע שרײַבער ניט אויסגעהאַלטן קאַהאַנס פֿאָדערונגען צו שרײַבן "צוטריטלעך" און געפֿונען פֿאַר זיך אַ דאַך אין דער קאָמוניסטישער צײַטונג "פֿרײַהייט". די קאָמוניסטישע רעדאַקטאָרן האָבן געהאַלטן, אַז זייער לייענער האָט אַ בעסערע אינטעלעקטועלע אַנטוויקלונג און האָבן זיך ניט געשראָקן צו דרוקן ראַפֿינירטע ליטעראַרישע ווערק. אַ חוץ דעם, האָט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד דעמאָלט אויסגעזען גאָר ניט שרעקלעך. די סאָוועטישע עקספּערימענטן פֿון שאַפֿן ייִדישע אַדמיניסטראַטיווע, ווירטשאַפֿטלעכע און קולטור-אָאַזיסן אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד, האָבן ממש פֿאַרכּישופֿט די ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש.
אין 1926 האָט בערגעלסאָן איבערגעריסן זײַנע באַציִונגען מיט "פֿאָרווערטס" און איז אַריבער אין דעם לאַגער פֿון דער קאָמוניסטישער פּרעסע, קודם-כּל, פֿון דער ניו-יאָרקער "פֿרײַהייט". עטלעכע מאָל האָט ער "עולה-רגל געווען" קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. סוף 1928 איז ער געקומען קיין ניו-יאָרק ווי אַ גאַסט פֿון "פֿרײַהייט" און האָט פֿאַרבראַכט דאָ כּמעט אַ האַלב יאָר. אין יענער צײַט, ווי אויך שפּעטער, האָט ער געפּרוּווט זיך אומקערן אין "פֿאָרווערטס", אָבער אַב. קאַהאַן האָט עס ניט געוואָלט. אָדער ער איז ברוגז געווען אויף בערגעלסאָנען, אָדער ער האָט ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו האָבן אַזאַ מיטאַרבעטער.
אין 1934 האָט זיך בערגעלסאָן באַזעצט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין משך פֿון פֿופֿצן יאָר וועט מען זיך מיט אים אַרומטראָגן ווי מיט אַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער דער ווילדער צעשטערערישער כּוח פֿונעם סאָוועטישן רעזשים וועט אים לסוף פֿאַרשפּאַרן אין תּפֿיסה און אומברענגען דעם 12טן אויגוסט 1952.