אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי משה רבינו האָט געהייסן ייִדן צו "זען", ווי דער קיום־המיצוות ברענגט זיי אַ ברכה, און עבֿירות — אַ קללה. די רעזולטאַטן פֿון אָפּהיטן די מיצוות בלײַבן אָבער, געוויינטלעך, אומקלאָר, אויב עס גייט אַ רייד וועגן דעם רעגן, גערעטעניש אויף די פֿעלדער, און אַנדערע גשמיותדיקע סימנים. אַדרבה, מיר זעען אָפֿט, ווי צדיקים לײַדן און רשעים שעפּן נחת אין עולם־הזה. מילא, וועט יעדער קריגן זײַן שׂכר אָדער עונש אויף יענער וועלט. ווי אַזוי קאָן מען עס אָבער זען דאָ, אין עולם־הזה?
ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט הלל־הזקן דערקלערט, אַז דער וויכטיקסטער יסוד פֿון דער גאַנצער תּורה איז אַהבֿת־רעים — ליב צו האָבן אַ צווייטן און נישט טאָן קיין עוולה צו אַנדערע מענטשן. ווען דער ברען פֿון עבֿודת־השם שטימט מיט ליבשאַפֿט און סענסיטיווקייט, קאָן מען טאַקע זען בפֿירוש, ווי אַזוי די מיצוות און מעשׂים־טובֿים ברענגען אַ ברכה. להיפּוך, אויב עמעצער נוצט אויס זײַן פֿרומקייט ווי אַ תּירוץ צו דערנידעריקן די אַנדערע, ווערן די מיצוות גופֿא פֿאַרוואַנדלט, חלילה, אין אַ קוואַל פֿון קללות.
למשל, ווען עמעצער פֿאַרבעט געסט אויף שבת און איז זיי מכבד ווי געהעריק, קאָנען זיי דערפֿילן די גרויסע קדושה, וואָס שטעקט אין דעם הייליקן יום־המנוחה — אויב אַפֿילו זיי זענען נישט קיין שומרי־שבת. להיפּוך, אויב עמעצער פּרוּווט משפּיע צו זײַן אויף אַ צווייטן מיט שרײַען אויף די מחללי־שבת, דורך סטראַשען און צווינגען, קאָנען די אַרומיקע מענטשן נישט זען קיין קדושה אין אַזאַ מיצווה. אַדרבה, ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידישע ספֿרים, קאָן די תּורה גופֿא פֿאַרוואַנדלט ווערן, דורך אַזאַ קרומער אויפֿפֿירונג, אין אַ מין עבֿודה־זרה.
ווי מע זעט פֿונעם דערמאָנטן בײַשפּיל, איז ליבשאַפֿט און ברודערשאַפֿט מסוגל צו אַנטפּלעקן דאָס פֿאַרבאָרגענע ג־טלעכע ליכט, וואָס שטעקט אין די מיצוות. ממילא, ווען די נשמות פֿון מענטשן זענען פֿול מיט שׂימחה, ליכטיקייט און באַדײַטפֿולקייט, ווערן זייערע גשמיותדיקע מעשׂים געבענטשט אויף אַזאַ אופֿן, וואָס יעדער קאָן עס בפֿירוש זען.
ווי מיר האָבן שוין באַמערקט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "דבֿרים" כּסדר באַהאַנדלט די טעמע פֿונעם ייִחוד צווישן דעם מענטש און באַשעפֿער. משה רבינו האָט פֿאַרשריבן זײַנע אייגענע ווערטער אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה; זיי זענען, פֿונדעסטוועגן, פֿאַררעכנט געוואָרן אין פּונקט אַזאַ נבֿואה, ווי די אַנדערע חומש־טיילן, ווײַל משהס נשמה איז געווען אַזוי ווי אַ שפּיגל, דורך וועלכן עס האָט זיך אַנטפּלעקט דאָס ג־טלעכע ליכט. דער גאַנצער חילוק צווישן "זײַנע אייגענע" ווערטער און דער נבֿואה איז פֿאַר אים בטל געוואָרן.
ס׳איז אָבער נישט ריכטיק צו טראַכטן, אַז דער תּכלית פֿון עבֿודת־השם איז צו פֿאַרלירן די פּערזענלעכקייט פֿונעם יחיד, כּדי צעשווענקט צו ווערן אין ג־טלעכקייט. אַדרבה, די מענטשלעכע עגאָיִסטישע נאַטור באַגרענעצט די נשמה און דערלאָזט איר נישט צו אַנטפּלעקן זיך מיטן גאַנצן כּוח. משה רבינו איז געוואָרן דער קאָלעקטיווער גײַסט, די נשמה פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל, דווקא צוליב זײַן נבֿואה. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ שפּיגל, וואָס שלאָגט אָפּ די זון־שטראַלן אויף אַ מעכאַנישן אופֿן, איז די עבֿודה פֿון אַ נבֿיא אַ לעבעדיקער פּראָצעס, דורך וועלכן זײַן נשמה דערגרייכט איר שלימות און גדולה.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דעם אָנזאָג אײַנצושטעלן דיינים און אויפֿזעער "בײַ אַלע אײַערע טויערן" — "שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך". די שופֿטים מוזן מישפּטן דאָס פֿאָלק יושרדיק, און די שוטרים מוזן מאַכן זיכער, אַז דער פּסק ווערט אויסגעפֿירט. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ צאָל מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיטן מישפּט און מאַכט. צווישן אַנדערע ענינים, זאָגט אונדז די תּורה אָן, ווי אַזוי עס מוז זיך פֿירן אַ ייִדישער מלך, און ווי אַזוי מע זאָל זיך פֿירן, ווען אַ מלך האַלט אַ מלחמה.
רבי דוד־שלמה אייבעשיץ, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן חסידישן ספֿר "ערבֿי נחל", דערקלערט אויף אַ חידושדיקן אופֿן די מעשׂה מיטן בייזן מכשף בלעם, וועלכער האָט געוואָלט פֿאַרשעלטן די ייִדן. לויט "ערבֿי נחל", האָט בלעם יאָ באַוויזן צו זאָגן איין קללה־וואָרט — "כּלם" — "צעשטער זיי". דער באַשעפֿער האָט אָבער איבערגעדרייט די אותיות אין זײַן קללה, און עס האָט זיך באַקומען דאָס וואָרט "מלך". אין די שפּעטערדיקע דורות, ווען די ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע מאָנאַרכיע, האָבן די מלכים זיי געבראַכט אַ סך צרות און צום סוף האָבן זיי גורם געווען דאָס גלות, ווײַל אינעם עצם־ענין פֿון מלוכה שטעקט בלעמס באַהאַלטענע קללה.
הרבֿ שלמה אַלקבץ, דער גרויסער מקובל, וועלכער איז באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם פּיוט "לכה דודי", דערקלערט גאָר אַן אַנדער פֿאַרבינדונג צווישן בלעם און די ייִדישע מלכים. על־פּי־חז״ל, האָט רות־המואבֿיה, די עלטערבאָבע פֿון דוד־המלך, אָפּגעשטאַמט פֿון בלעם. אין דער געשיכטע פֿון בית־דוד זענען געווען אַ סך פֿאַלן פֿון זיווגים מיט פֿאַרשיידענע פֿעלקער, וועלכע קאָנען אויסזען פֿון דרויסן ווי אויסטערלישע און סתּירותדיקע. לויט שלמה אַלקבץ, מוז משיח קומען דווקא פֿון אַזאַ משפּחה, וועלכע האָט במשך פֿון דורות אַרײַנגעבראַכט אין זיך גײַסטיקע כּוחות פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, ווײַל אַ "ריין־ייִדישער" משיח וואָלט נישט געקאָנט ראַטעווען אַפֿילו זײַן פֿאָלק; דורך דעם אוניווערסאַלן עלעמענט, וואָס שטעקט אין דוד־המלכס משפּחה, איז ער אָבער מסוגל צו ברענגען די גאולה פֿאַר דער גאַנצער וועלט.
אין דער הײַנטיקער צײַט זענען בײַ ייִדן נישטאָ קיין שופֿטים און שוטרים, וועלכע זאָלן זיי צווינגען אָפּצוהיטן דעם פּסק־הלכה. קיין צענטראַליזירטער אָרגאַן, אַזוי ווי דער אַמאָליקער סנהדרין, וואָס וואָלט געפּסקנט די אַלגעמיינע הלכה פֿאַר אַלעמען, איז הײַנט אויך נישטאָ, שוין אָפּגערעדט פֿון מלכים. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן — וועלכער האָט געווידמעט אַ סך פֿון זײַנע שמועסן דער טעמע פֿון משיח און גאולה — האָט מסביר געווען, אַז אַזאַ דעצענטראַליזירטער מצבֿ איז אַ ברכה און אַ סימן פֿון דער קומענדיקער גאולה־צײַט, ווען יעדער מענטש וועט אַליין ווייסן, ווי אַזוי מע דאַרף זיך אויפֿפֿירן, און וועט זיך נישט נייטיקן אין קיין צוואַנג. לויט דעם ליובאַוויטשער רבין, זענען די מענטשן שוין גרייט, אין פּרינציפּ, צו אָרגאַניזירן די געזעלשאַפֿט אויף אַזאַ אופֿן. אינעם אינערלעכן זין, הייסט די תּורה יעדן ייִד אויפֿצושטעלן "שופֿטים און שוטרים" אין זײַן נשמה — דהײַנו, צו אַנטוויקלען אין זיך זעלבסט־קאָנטראָל און די פֿעיִקייט זיך גוט אויפֿצופֿירן אין אַ געזעלשאַפֿט ווי אַ פֿרײַער מענטש.
משיח איז נישט אַ קיניג אינעם בוכשטעבלעכן זין, נאָר אַ סימן פֿון דער גײַסטיקער דערוועקונג פֿונעם מענטש. אין יעדער מענטשלעכער באַוועגונג טרעפֿן זיך מער פּראָמינענטע פֿאָרשטייער; דאָס מיינט נישט אָבער, אַז זיי מוזן קיניגן איבערן עולם. משיח ווי אַ מענטש איז אַ רעפּרעזענטאַנט פֿונעם משיחישן גײַסט, וועלכער וועט זיך אַנטפּלעקן אין דער גאָרער וועלט. מע קאָן זאָגן, אַז בלעמס דעסטרוקטיוו וואָרט "כּלם" וועט זיך פֿאַרוואַנדלען גופֿא אין אַ ברכה, ווען די באַגײַסטערטע מענטשהייט וועט צעשטערן דעם אומיושר פֿון דער איצטיקער וועלט און וועט אײַנשטעלן אַ מלכות פֿון יושר־וצדק אין זייערע הערצער.